1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, זאָג צו דעם פֿירשט פֿון צוֹר: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:
װײַל דײַן האַרץ האָט זיך דערהױבן,
און דו האָסט געזאָגט: אַ ג-ט בין איך,
די זיצונג פֿון ג‑טער טו איך זיצן
אין האַרצן פֿון די ימען;
און ביסט דאָך אַ מענטש און נישט אַ ג-ט,
נאָר האָסט געמאַכט דײַן האַרץ װי דאָס האַרץ פֿון אַ ג-ט:
3 ביסט דאָך מער חכם פֿון דָניאֵלן,
קײן פֿאַרבאָרגעניש האָט מען פֿון דיר נישט פֿאַרהױלן!
4 מיט דײַן גרױס חכמה און מיט דײַן שׂכל
האָסטו דיר אָנגעשאַפֿט אַ פֿאַרמעג,
און אָנגעשאַפֿט גאָלד און זילבער אין דײַנע אוֹצרות.
5 מיט דײַן גרױס חכמה, מיט דײַן האַנדל,
האָסטו געמערט דײַן פֿאַרמעג!
און דײַן האַרץ האָט זיך דערהױבן
פֿון װעגן דײַן פֿאַרמעג.
6 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט:
װײַל דו האָסט געמאַכט דײַן האַרץ װי דאָס האַרץ פֿון אלֹקים,
7 דערום זע, איך ברענג אױף דיר פֿרעמדע,
די פֿאָרכטיקסטע פֿון די פֿעלקער;
און זײ װעלן אַרױסציען זײערע שװערדן
אױף דײַן שײנער חכמה,
און זײ װעלן פֿאַרשװעכן דײַן גלאַנץ.
8 אין גרוב װעלן זײ דיך נידערן,
און דעם טױט פֿון אַ דערשלאָגענעם װעסטו שטאַרבן,
אין האַרצן פֿון די ימען.
9 װעסטו דען זאָגן פֿאַר דײַן טײטער:
אַ ג-ט בין איך?
װען אַ מענטש און נישט אַ ג-ט װעסטו זײַן
אין דער האַנט פֿון דײַן דערשלאָגער.
10 דעם טױט פֿון אומבאַשניטענע װעסטו שטאַרבן,
דורך דער האַנט פֿון פֿרעמדע;
װאָרעם איך האָב גערעדט,
זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
11 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 12 מענטשנקינד, הײב אױף אַ קלאָג אױף דעם מלך פֿון צוֹר, און זאָלסט זאָגן צו אים: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:
אַ געצירקלטער זיגלרינג ביסטו געװען,
פֿול מיט חכמה און פֿאַרפֿול אין שײנקײט.
13 אין עֵדֶן דעם גאָרטן פֿון אלֹקים ביסטו געװען;
אַלערלײ טײַער געשטײן איז דײַן צודעק געװען;
רובין, טאָפּאַז, און דימענט,
גאָלדשטײן, אָניקל, און יאַשפּיז,
סאַפּירשטײן, גאַרפֿונקל, און שמאָראַק, און גאָלד,
דײַנע געפּײַקלטע און געלעכלטע אַרבעט,
זײַנען אין טאָג פֿון דײַן באַשאַפֿן װערן
געװען אָנגעברײט אין דיר.
14 אַ כּרובֿ אַ ברײטשירעמענדיקער ביסטו געװען;
און איך האָב דיך אַרױפֿגעזעצט,
ביז דו ביסט אױף ג-טס הײליקן באַרג געװען;
צװישן פֿײַערשטײנער ביסטו אומגעגאַנגען.
15 גאַנץ ביסטו געװען אין דײַנע װעגן,
פֿון דעם טאָג פֿון דײַן באַשאַפֿן װערן,
ביז אומרעכט איז געפֿונען געװאָרן אין דיר.
16 דורך דײַן גרױס האַנדלשאַפֿט
האָט מען דיך אָנגעפֿילט אינעװײניק מיט רױבונג,
און ביסט זינדיק געװאָרן;
דערום האָב איך דיך פֿאַרשװעכט פֿון ג-טס באַרג,
און דיך אונטערגעבראַכט, דו שירעמענדיקער כּרובֿ,
פֿון צװישן די פֿײַערשטײנער.
17 דײַן האַרץ האָט זיך דערהױבן פֿון װעגן דײַן שײנקײט,
האָסט פֿאַרדאָרבן דײַן חכמה איבער דײַן גלאַנץ;
האָב איך דיך אױף דער ערד געװאָרפֿן,
פֿאַר די מלכים דיך געגעבן,
צו קוקן אױף דיר.
18 דורך דײַנע פֿיל זינד,
מיט דעם אומרעכט פֿון דײַן האַנדל,
האָסטו פֿאַרשװעכט דײַנע הײליקטומען;
דערום האָב איך געמאַכט אַרױסגײן פֿון דיר אַ פֿײַער
װאָס האָט דיך פֿאַרצערט,
און איך האָב דיך געמאַכט צו אַש אױף דער ערד,
פֿאַר די אױגן פֿון אַלע װאָס זעען דיך.
19 אַלע װאָס קענען דיך צװישן די פֿעלקער
װערן באַנומען איבער דיר;
אַ שרעקעניש ביסטו געװאָרן,
און ביסט אױף אײביק נישטאָ.
20 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 21 מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו צידון, און זאָג נבֿיאות אױף איר; 22 און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳:
זע, איך קום אױף דיר, צידון,
און איך װעל געערלעכט װערן צװישן דיר;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳,
װען איך טו אַ משפּט אין איר,
און איך װעל געהײליקט װערן אין איר.
23 און איך װעל אָנשיקן אױף איר פּעסט
און בלוט אין אירע גאַסן,
און דערשלאָגענע װעלן פֿאַלן אין איר מיט
פֿון דער שװערד װאָס אױף איר פֿון רונד אַרום;
און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳.
24 און מער װעט נישט זײַן פֿאַר דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל אַ שטעכיק װילדגעװעקס, און אַ שמאַרציקער דאָרן, פֿון אַלע זײערע אַרומיקע װאָס פֿאַראַכטן זײ; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין אֲדֹנָי ה׳.
25 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װען איך זאַמל אײַן דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל פֿון די אומות װאָס זײ זײַנען צעשפּרײט געװאָרן צװישן זײ, װעל איך געהײליקט װערן דורך זײ אין די אױגן פֿון די פֿעלקער; און זײ װעלן זיצן אױף זײער ערד װאָס איך האָב געגעבן צו מײַן קנעכט, צו יעקבֿן. 26 און זײ װעלן זיצן אױף איר אין זיכערקײט, און זײ װעלן בױען הײַזער, און פֿלאַנצן װײַנגערטנער; יאָ, זײ װעלן זיצן אין זיכערקײט, װען איך טו אַ משפּט אױף אַלע װאָס פֿאַראַכטן זײ פֿון רונד אַרום זײ; און זײ װעלן װיסן אַז איך בין ה׳ זײער ג-ט.