1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 און דו מענטשנקינד, װילסטו משפּטן, װילסטו משפּטן די בלוטיקע שטאָט? טאָ לאָז זי װיסן אַלע אירע אומװערדיקײטן. 3 און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: דו שטאָט װאָס פֿאַרגיסט בלוט אין איר מיט, כּדי איר צײַט זאָל קומען, און מאַכט בײַ זיך אָפּגעטער, אומרײן צו װערן, 4 מיט דײַן בלוט װאָס דו האָסט פֿאַרגאָסן, האָסטו זיך פֿאַרשולדיקט, און מיט די אָפּגעטער װאָס דו האָסט געמאַכט, ביסטו אומרײן געװאָרן, און האָסט דערנענטערט דײַנע טעג, און ביסט געקומען צו דײַנע יאָרן; דערום האָב איך דיך געגעבן צו שאַנד בײַ די פֿעלקער, און צו שפּאָט בײַ אַלע לענדער. 5 נאָנטע און װײַטע פֿון דיר װעלן שפּאָטן פֿון דיר, דו מיטן אומרײנעם נאָמען, דו פֿילטומלדיקע.
6 זע, די פֿירשטן פֿון יִשׂרָאֵל, איטלעכער לױט זײַן אָרעם, זײַנען אין דיר געװען כּדי בלוט צו פֿאַרגיסן. 7 פֿאָטער און מוטער האָט מען גרינגגעשאַצט אין דיר, קעגן פֿרעמדן האָט מען זיך באַגאַנגען מיט רױב אין דײַן מיט, אַ יתום און אַן אַלמנה האָט מען געקריװדעט אין דיר. 8 מײַנע הײליקײטן האָסטו פֿאַראַכט, און מײַנע שבֿטים האָסטו פֿאַרשװעכט. 9 רכילות-טרײַבער זײַנען געװען אין דיר כּדי בלוט צו פֿאַרגיסן; און אױף די בערג האָט מען געגעסן בײַ דיר: שענדלעכקײט האָט מען געטאָן אין דײַן מיט. 10 דעם פֿאָטערס שאַנד האָט מען אַנטפּלעקט אין דיר, אַן אומרײנע אין איר אָפּזונדערונג האָט מען געשענדט אין דיר. 11 און איטלעכער מיט זײַן חבֿרס װײַב האָט אומװערדיקײט באַגאַנגען, און איטלעכער האָט זײַן שנור פֿאַראומרײניקט, מיט שענדלעכקײט, און איטלעכער האָט זײַן שװעסטער, די טאָכטער פֿון זײַן פֿאָטער, געשענדט אין דיר. 12 שוחד האָט מען גענומען אין דיר כּדי בלוט צו פֿאַרגיסן, צינדזן און מערונג האָסטו גענומען, און באַריסן דײַנע חבֿרים דורך רױב, און אָן מיר האָסטו פֿאַרגעסן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
13 דערום זע איך האָב געקלאַפּט מײַן האַנט װעגן דײַן אומערלעכן געװין װאָס דו האָסט געמאַכט, און אױף דײַן בלוטיקײט װאָס איז אין דיר געװען. 14 װעט דײַן האַרץ באַשטײן, צי װעלן דײַנע הענט שטאַרק זײַן, אין די טעג װאָס איך רעכן זיך מיט דיר? איך ה׳ האָב גערעדט, און װעל טאָן. 15 און איך װעל דיך צעשפּרײטן צװישן די פֿעלקער, און װעל דיך צעװאַרפֿן אין די לענדער, און איך װעל פֿאַרלענדן דײַן אומרײנקײט פֿון דיר. 16 און װעסט פֿאַרשװעכט װערן דורך זיך אַלײן פֿאַר די אױגן פֿון די פֿעלקער, און װעסט װיסן אַז איך בין ה׳.
17 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 18 מענטשנקינד, דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל זײַנען מיר געװאָרן צו פּסולת, זײ אַלע זײַנען קופּער און צין און אײַזן און בלײַ אין דעם שמעלצאױװן; פּסולת פֿון זילבער זײַנען זײ. 19 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: װײַל איר זײַט אַלע צו פּסולת געװאָרן, דערום זעט, איך זאַמל אײַך אײַן אין ירושָלַיִם. 20 אַזױ װי מע זאַמלט אײַן זילבער און קופּער און אײַזן און בלײַ און צין אין אַ שמעלצאױװן, צו בלאָזן דערױף פֿײַער, כּדי צו צעשמעלצן, אַזױ װעל איך אײַך אײַנזאַמלען אין מײַן כּעס און אין מײַן גרימצאָרן, און װעל אײַך אַרײַנלײגן און צעשמעלצן. 21 יאָ, איך װעל אײַך צונױפֿקלײַבן, און װעל בלאָזן אױף אײַך מיט דעם פֿײַער פֿון מײַן צאָרן, און איר װעט צעשמאָלצן װערן דרינען. 22 אַזױ װי זילבער װערט צעשמאָלצן אין אַ שמעלצאױװן, אַזױ װעט איר צעשמאָלצן װערן דרינען; און איר װעט װיסן אַז איך ה׳ האָב אױסגעגאָסן מײַן גרימצאָרן אױף אײַך.
23 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 24 מענטשנקינד, זאָג צו איר: ביסט אַ לאַנד װאָס איז נישט גערײניקט, נישט באַרעגנט געװאָרן אין טאָג פֿון צאָרן. 25 דער בונט פֿון אירע נבֿיאים אין איר מיט איז װי אַ ברומיקער לײב װאָס פֿאַרצוקט רױב; נפֿשות האָבן זײ פֿאַרצערט, שאַצן און טײַערע זאַכן נעמען זײ צו, אירע אַלמנות האָבן זײ געמערט אין איר. 26 אירע כּהנים האָבן פֿאַרבראָכן קעגן מײַן תּורה, און פֿאַרשװעכט מײַנע הײליקײטן; צװישן הײליק און אומהײליק האָבן זײ נישט אָפּגעשײדט, און צװישן רײן און אומרײן האָבן זײ נישט צו װיסן געטאָן, און פֿון מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרהױלן זײערע אױגן, און איך בין פֿאַרשװעכט געװאָרן צװישן זײ. 27 אירע האַרן צװישן איר זײַנען װי װעלף װאָס פֿאַרצוקן רױב; צו פֿאַרגיסן בלוט, אומצוברענגען נפֿשות כּדי צו געװינען געװין. 28 און אירע נבֿיאים האָבן זײ אָנגעשמירט טינק; זײ זעען פֿאַלשקײט און װאָרזאָגן זײ ליגן. זײ זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳, װען ה׳ האָט נישט גערעדט. 29 דאָס פֿאָלק פֿון לאַנד האָט געדריקט מיט געװאַלט, און געגזלט גזלה, און דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון האָבן זײ געקריװדעט, און דעם פֿרעמדן האָבן זײ געדריקט מיט אומרעכט. 30 און איך האָב געזוכט צװישן זײ אַ מאַן װאָס זאָל אַרומצאַמען אַ צאַם, און זיך שטעלן פֿאַר מיר אין דעם בראָך פֿאַרן לאַנד, אַז איך זאָל עס נישט אומברענגען; אָבער איך האָב נישט געפֿונען. 31 דערום האָב איך אױסגעגאָסן אױף זײ מײַן צאָרן; מיט דעם פֿײַער פֿון מײַן גרימצאָרן האָב איך זײ פֿאַרלענדט: זײער װעג האָב איך פֿאַרגאָלטן אױף זײער קאָפּ, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.