1 און צו מיר זײַנען געקומען מענער פֿון די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און זײַנען געזעסן פֿאַר מיר. 2 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו מיר אַזױ צו זאָגן: 3 מענטשנקינד, די דאָזיקע לײַט האָבן אױפֿגעשטעלט זײערע אָפּגעטער אין זײער האַרצן, און די שטרױכלונג צו זײער זינד האַלטן זײ אַקעגן זײער פּנים; זאָל איך מיך געװיס פֿון זײ דערפֿאָרשן לאָזן? 4 דערום רעד מיט זײ, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל װאָס װעט אױפֿשטעלן זײַנע אָפּגעטער אין זײַן האַרצן, און די שטרױכלונג צו זײַן זינד װעט ער האַלטן אַקעגן זײַן פּנים, און ער װעט קומען צום נבֿיא, װעל איך ה׳ אים ענטפֿערן – דעם װאָס קומט מיט זײַנע פֿיל אָפּגעטער; 5 כּדי צו פֿאַרכאַפּען בײַם האַרצן דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל, װאָס האָבן זיך אָפּגעקערט פֿון מיר דורך זײערע אָפּגעטער אַלע.
6 דערום זאָג צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: קערט צוריק, און קערט אײַך אום פֿון אײַערע אָפּגעטער, און פֿון אַלע אײַערע אומװערדיקײטן קערט אָפּ אײַער פּנים. 7 װאָרעם יעטװעדער מאַן פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, אָדער פֿון דעם פֿרעמדן װאָס האַלט זיך אױף אין יִשׂרָאֵל, װאָס װעט זיך אָפּשײדן פֿון הינטער מיר, און װעט אױפֿשטעלן זײַנע אָפּגעטער אין זײַן האַרצן, און די שטרױכלונג צו זײַן זינד װעט ער האַלטן אַקעגן זײַן פּנים, און ער װעט קומען צום נבֿיא, כּדי ער זאָל מיך פֿרעגן פֿון זײַן װעגן, װעל איך ה׳ אַלײן אים ענטפֿערן. 8 און איך װעל קערן מײַן פּנים אַקעגן יענעם מאַן, און װעל אים פֿאַרװיסטן, פֿאַר אַ צײכן און פֿאַר אַ שפּריכװאָרט, און װעל אים פֿאַרשנײַדן פֿון צװישן זײַן פֿאָלק; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳. 9 און אַז דער נבֿיא װעט פֿאַרפֿירט װערן, און װעט רעדן אַ װאָרט, האָב איך ה׳ דאָס פֿאַרפֿירט יענעם נבֿיא, און איך װעל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף אים, און װעל אים פֿאַרטיליקן פֿון צװישן מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל. 10 און זײ װעלן טראָגן זײער זינד; אַזױ װי די זינד פֿון דעם פֿרעגער, אַזױ װעט זײַן די זינד פֿון דעם נבֿיא. 11 כּדי דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל זאָלן מער נישט אַװעקבלאָנדזשען פֿון הינטער מיר, און זאָלן זיך מער נישט פֿאַראומרײניקן מיט אַלע זײערע פֿאַרברעכן; און זײ זאָלן מיר זײַן צום פֿאָלק, און איך זאָל זײ זײַן צום אלֹקים, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
12 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 13 מענטשנקינד, װען אַ לאַנד זאָל זינדיקן קעגן מיר צו פֿעלשן אַ פֿעלשונג, און איך זאָל אױסשטרעקן מײַן האַנט אױף איר, און איר צעברעכן דעם אונטערלען פֿון ברױט, און אָנשיקן אױף איר אַ הונגער, און פֿאַרשנײַדן פֿון איר מענטשן און בהמות, 14 און די דאָזיקע דרײַ מענער זאָלן זײַן אין איר: נֹח, דָניאֵל, און אִיובֿ, װעלן זײ מיט זײער גערעכטיקײט נאָר מציל זײַן זײער נפֿש, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
15 װען אַ בײזע חיה זאָל איך מאַכן דורכגײן אין לאַנד, און זי זאָל עס פֿון מענטשן באַרױבן, און עס זאָל װערן אַ װיסטעניש אָן אַ דורכגײער פֿון װעגן דער חיה, 16 מעגן די דאָזיקע דרײַ מענער זײַן אין איר, אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אױב זײ װעלן מציל זײַן זין אָדער טעכטער! זײ אַלײן װעלן ניצול װערן, אָבער דאָס לאַנד װעט װערן אַ װיסטעניש.
17 אָדער װען אַ שװערד זאָל איך ברענגען אױף יענעם לאַנד, און זאָגן: אַ שװערד זאָל דורכגײן אין לאַנד; און איך זאָל פֿאַרשנײַדן פֿון איר מענטשן און בהמות, 18 און די דאָזיקע דרײַ מענער זײַנען אין איר, אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, זײ װעלן נישט מציל זײַן זין און טעכטער; בלױז זײ אַלײן װעלן ניצול װערן.
19 אָדער װען אַ פּעסט זאָל איך שיקן אױף יענעם לאַנד, און אױסגיסן מײַן גרימצאָרן אױף איר מיט בלוט, צו פֿאַרשנײַדן פֿון איר מענטשן און בהמות, 20 און נֹח, דָניאֵל, און אִיובֿ זײַנען אין איר, אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אױב זײ װעלן מציל זײַן אַ זון אָדער אַ טאָכטער! זײ װעלן מיט זײער גערעכטיקײט נאָר מציל זײַן זײער נפֿש.
21 פֿאַר װאָר, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: הײַנט װי שױן אַז מײַנע פֿיר בײזע שטראָפֿן, שװערד, און הונגער, און אַ בײזע חיה, און פּעסט, האָב איך אָנגעשיקט אױף ירושָלַיִם, צו פֿאַרשנײַדן פֿון איר מענטשן און בהמות! 22 אָבער אָט איז געבליבן אַן אַנטרינונג אין איר, די װאָס װערן אַרױסגעפֿירט, זין און טעכטער; אָט קומען זײ אַרױס צו אײַך, און איר װעט זען זײער װעג און זײערע מעשׂים, און איר װעט אײַך טרײסטן װעגן דעם בײז װאָס איך האָב געבראַכט אױף ירושָלַיִם, װעגן אַלץ װאָס איך האָב געבראַכט אױף איר; 23 װאָרעם זײ װעלן אײַך זײַן אַ טרײסטונג, אַז איר װעט זען זײער װעג און זײערע מעשׂים; און איר װעט װיסן אַז נישט אומזיסט האָב איך געטאָן אַלץ װאָס איך האָב געטאָן אין איר, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.