1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, זאָג נבֿיאות אױף די נבֿיאים פֿון יִשׂרָאֵל װאָס זאָגן נבֿיאות, און זאָלסט זאָגן צו די נבֿיאים פֿון זײער אײגענעם האַרצן: הערט דאָס װאָרט פֿון ה׳: 3 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײ צו די נאַרישע נבֿיאים װאָס גײען נאָך זײער אײגענעם גײַסט, און נאָך װאָס זײ האָבן נישט געזען! – 4 אױ יִשׂרָאֵל, אַזױ װי פֿיקס אין חורבֿות זײַנען געװען דײַנע נבֿיאים. 5 איר זײַט נישט אַרױפֿגעגאַנגען אין די ברעכן; און איר האָט נישט פֿאַרצאַמט דעם צאַם פֿאַר דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל כּדי זײ זאָלן קענען באַשטײן אין דער מלחמה אין דעם טאָג פֿון ה׳. 6 זײ האָבן געזען פֿאַלשקײט און װאָרזאָגעניש פֿון ליגן, זײ װאָס זאָגן: ה׳ האָט געזאָגט, װען ה׳ האָט זײ נישט געשיקט; און זײ האָפֿן ער זאָל מקײם זײַן דאָס װאָרט! 7 האָט איר נישט געזען פֿאַלשע נבֿיאות, און איר האָט געזאָגט פֿאַלשע װאָרזאָגעניש. װען איר האָט געזאָגט, אַזױ זאָגט ה׳, אָבער איך האָב נישט גערעדט.
8 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: װײַל איר האָט גערעדט פֿאַלשקײט און געזען ליגן, דערום זעט, איך קום אױף אײַך, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 9 און מײַן האַנט װעט זײַן אױף די נבֿיאים װאָס זעען פֿאַלשקײט און װאָרזאָגן ליגן; אין דעם באַראָט פֿון מײַן פֿאָלק װעלן זײ נישט זײַן, און אין דעם געשריפֿטס פֿון דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל װעלן זײ נישט פֿאַרשריבן װערן, און אױף דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל װעלן זײ נישט קומען; און איר װעט װיסן אַז איך בין אֲדֹנָי ה׳. 10 װײַל און באַװײַל זײ האָבן פֿאַרפֿירט מײַן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: שלום! װען קײן שלום איז נישטאָ; און אײנער בױט אַ װענטל, און זע אַן אַנדערער באַשמירן עס מיט טינק; 11 זאָג צו דעם װאָס בעשמירט אַז עס װעט אײַנפֿאַלן; עס װערט אַ רעגן אַ פֿלײציקער, און איר, האָגלשטײנער, װעט פֿאַלן, און אַ שטורעמװינט װעט אױסברעכן. 12 און אָט אַז די מױער פֿאַלט אײַן, צי װעט נישט געזאָגט װערן צו אײַך: װוּ איז דאָס בעשמירונג װאָס איר האָט אָנגעשמירט? 13 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: יאָ, איך װעל מאַכן אױסברעכן אַ שטורעמװינט אין מײַן גרימצאָרן, און אַ פֿלײציקער רעגן װעט זײַן אין מײַן כּעס, און האָגלשטײנער אין גרימצאָרן, צו פֿאַרלענדן. 14 און איך װעל צעשטערן די מױער װאָס איר האָט באַשמירט מיט טינק, און װעל זי ברענגען צו דער ערד, און איר גרונטפֿעסט װעט אַנטפּלעקט װערן; און זי װעט אײַנפֿאַלן, און איר װעט פֿאַרלענדט װערן דערין; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳. 15 און איך װעל אױסלאָזן מײַן גרימצאָרן אױף דער מױער, און אױף די װאָס האָבן זי באַשמירט מיט טינק; און איך װעל זאָגן צו אײַך: נישטאָ די מױער, און נישטאָ די װאָס האָבן זי באַשמירט – 16 די נבֿיאים פֿון יִשׂרָאֵל װאָס זאָגן נבֿיאות אױף ירושָלַיִם, און זעען איר אַ זעונג פֿון שלום, װען קײן שלום איז נישטאָ, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.
17 און דו מענטשנקינד, טו דײַן פּנים צו די טעכטער פֿון דײַן פֿאָלק װאָס זאָגן נבֿיאות פֿון זײער אײגענעם האַרצן, און זאָג נבֿיאות אױף זײ, 18 און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײ צו די װאָס נײען בענדער אױף אַלע זײערע האַנטגעלענקען און מאַכן קאָפּבענדער פֿאַר קעפּ פֿון יעדער גרײס צו פֿאַרכאַפּן מענטשנס נפֿשות! װעט איר פֿאַרכאַפּן מײַן פֿאָלקס נפֿשות, און דאָך אָפּהיטן אײַערע אײגענע נפֿשות? 19 און איר האָט מיך פֿאַרשװעכט בײַ מײַן פֿאָלק פֿאַר הײפֿלעך גערשטן, און פֿאַר ברעקלעך ברױט, צו מאַכן שטאַרבן נפֿשות װאָס דאַרפֿן נישט שטאַרבן, און צו לאָזן לעבן נפֿשות װאָס דאַרפֿן נישט לעבן, מיט װאָס איר זאָגט ליגן צו מײַן פֿאָלק, די צוהערער פֿון ליגן.
20 דערום האָט אֲדֹנָי ה׳ אַזױ געזאָגט: זעט, איך נעם זיך צו אײַערע קישעלעך װאָס איר פֿאַנגט דערמיט די נפֿשות װי פֿױגלען, און איך װעל זײ אַראָפּרײַסן פֿון אײַערע אָרעמס, און װעל אַװעקלאָזן די נפֿשות װאָס איר פֿאַנגט – נפֿשות װי פֿױגלען. 21 און איך װעל אַראָפּרײַסן אײַערע שלײערס, און װעל מציל זײַן מײַן פֿאָלק פֿון אײַער האַנט, און זײ װעלן מער נישט זײַן צום געפֿאַנג אין אײַער האַנט; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳. 22 װײַל איר האָט מיט ליגן באַטריבט דאָס האַרץ פֿון דעם צדיק, װען איך האָב אים נישט געװאָלט װײ טאָן, און איר האָט געשטאַרקט די הענט פֿון דעם רשע זיך נישט אומצוקערן פֿון זײַן שלעכטן װעג, אַז מע זאָל אים לאָזן לעבן, 23 דערום װעט איר מער פֿאַלשקײט נישט זען, און װאָרזאָגעניש נישט װאָרזאָגן; און איך װעל מציל זײַן מײַן פֿאָלק פֿון אײַער האַנט; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳.