Publicidade

Ezequiel 16

1 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 2 מענטשנקינד, לאָז װיסן ירושָלַיִם אירע אומװערדיקײטן, 3 און זאָלסט זאָגן: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳ צו ירושָלַיִם: דײַן אָפּשטאַם און דײַן געבורט איז פֿון לאַנד פֿון דעם כּנַעֲני; דײַן פֿאָטער איז געװען דער אֶמוֹרי, און דײַן מוטער פֿון חֵת. 4 און אָט איז דײַן געבורט: אין דעם טאָג װאָס דו ביסט געבאָרן געװאָרן האָט מען דײַן נאָפּל נישט אָפּגעשניטן, און אין װאַסער ביסטו נישט געװאַשן געװאָרן צום רײניקן, און באַזאַלצן ביסטו נישט באַזאַלצט געװאָרן, און געװיקלט ביסטו נישט געװיקלט געװאָרן. 5 נישט דערבאַרעמט האָט זיך אַן אױג אױף דיר, דיר צו טאָן אײנס פֿון די דאָזיקע, צו האָבן רַחמָנות אױף דיר; און ביסט אַװעקגעװאָרפֿן געװאָרן אױפֿן פֿרײַען פֿעלד, פֿון װעגן דער עקלדיקײט פֿון דײַן לײַב, אין דעם טאָג װאָס דו ביסט געבאָרן געװאָרן.

6 און איך בין פֿאַרבײַגעגאַנגען פֿאַרבײַ דיר, און האָב דיך געזען זיך װעלגערן אין דײַן בלוט, און איך האָב געזאָגט צו דיר אין דײַן בלוט: לעב! יאָ, איך האָב געזאָגט צו דיר אין דײַן בלוט: לעב! 7 װאַקסעדיק װי די שפּראָצונג פֿון פֿעלד האָב איך דיך געמאַכט, און ביסט געװאַקסן, און ביסט גרױס געװאָרן, און געקומען אין שענסטער שײנקײט; די בריסט זײַנען געװען געפֿורעמט, און דײַנע האָר האָט געשפּראָצט, נאָר נאַקעט און הױל ביסטו געװען.

8 בין איך פֿאַרבײַגעגאַנגען פֿאַרבײַ דיר, און האָב דיך געזען, ערשט דײַן צײַט איז די צײַט פֿון ליבשאַפֿט; און איך האָב אױסגעשפּרײט מײַן ברעג קלײד איבער דיר, און צוגעדעקט דײַן נאַקעטקײט; און איך האָב דיר געשװאָרן, און בין אַרײַן אין אַ ברית מיט דיר, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, און ביסט געװאָרן מײַנע. 9 און איך האָב דיך אַרומגעװאַשן מיט װאַסער, און האָב אָפּגעשװענקט דײַן בלוט פֿון דיר, און האָב דיך באַזאַלבט מיט אײל. 10 און איך האָב דיך אָנגעקלײדט אין געשטיקטן געװאַנט, און דיך באַשוכט מיט תּחש-פֿעל, און באַװיקלט דײַן קאָפּ מיט לײַנען, און באַדעקט דיך מיט זײַד. 11 און איך האָב דיך באַצירט מיט צירונג, און אָנגעטאָן אָרעמבענדער אױף דײַנע הענט, און אַ האַלדזבאַנד אױף דײַן האַלדז. 12 און איך האָב אָנגעטאָן אַ נאָזרינג אױף דײַן נאָז, און אױרינגען אין דײַנע אױערן, און אַ שײנע קרױן אױף דײַן קאָפּ. 13 און האָסט זיך אָנגעצירט אין גאָלד און זילבער, און דײַן קלײד איז געװען לײַנען, און זײַד, און געשטיקטע געװאַנט; זעמלמעל, און האָניק, און אײל האָסטו געגעסן, און ביסט זײער שײן געװאָרן, און האָסט זיך געפּאַסט פֿאַר מלוכה. 14 און דײַן שם איז אַרױס צװישן די פֿעלקער דורך דײַן שײנקײט, װאָרעם זי איז געװען פֿאַרפֿול, דורך מײַן פּראַכט װאָס איך האָב אַרױפֿגעטאָן אױף דיר, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

15 אָבער האָסט זיך פֿאַרזיכערט אױף דײַן שײנקײט, און האָסט מזנה געװען אױף דײַן שם, און אױסגעגאָסן דײַן זנות אױף יעטװעדער דורכגײער; זײַנס איז עס געװען. 16 און האָסט גענומען פֿון דײַנע קלײדער, און דיר געמאַכט געפֿלעקטע בָמות, און מזנה געװען אױף זײ; װאָס אַזױנס איז נישט געשען, און װעט נישט זײַן. 17 און האָסט גענומען דײַנע שײנע זאַכן, פֿון מײַן גאָלד און פֿון מײַן זילבער װאָס איך האָב דיר געגעבן, און האָסט דיר געמאַכט בילדער פֿון אַ מאַנספּאַרשױן, און מזנה געװען מיט זײ. 18 און האָסט גענומען דײַנע געשטיקטע קלײדער, און האָסט זײ באַדעקט; און מײַן אײל און מײַן װײַרעך האָסטו דערלאַנגט פֿאַר זײ. 19 און מײַן ברױט װאָס איך האָב דיר געגעבן, זעמלמעל, און אײל, און האָניק, מיט װאָס איך האָב דיך געשפּײַזט, האָסטו דערלאַנגט פֿאַר זײ, פֿאַר אַ געשמאַקן רֵיח; אַזױ איז דאָס געװען, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 20 און האָסט גענומען דײַנע זין און דײַנע טעכטער װאָס דו האָסט מיר געבאָרן, און האָסט זײ געשלאַכט פֿאַר זײ צום עסן. װינציק איז דיר געװען דײַן זנות, 21 האָסטו נאָך געשאָכטן מײַנע קינדער, און זײ אַװעקגעגעבן, אַז דו האָסט זײ מקריבֿ געװען צו זײ. 22 און אין אַלע דײַנע אומװערדיקײטן און דײַן זנות האָסטו נישט געדאַכט אָן די טעג פֿון דײַן יוגנט, װען דו ביסט געװען נאַקעט און הױל, זיך װעלגערנדיק אין דײַן בלוט.

23 און עס איז געװען: נאָך אַל דײַן שלעכטיקײט – װײ, װײ דיר, זאָגט אֲדֹנָי ה׳ – 24 האָסטו דיר געבױט אַ געװעלבונג, און דיר געמאַכט אַ הױכן אָרט אױף איטלעכן מאַרק. 25 אױף יעטװעדער עק װעג האָסטו דיר געבױט דײַן הױכן אָרט, און האָסט פֿאַראומװערדיקט דײַן שײנקײט, און צעשפּרײט דײַנע פֿיס פֿאַר יעטװעדער דורכגײער, און געמערט דײַן זנות. 26 און האָסט מזנה געװען מיט די זין פֿון מִצרַיִם, דײַנע שכנים די גרױסלײַביקע, און האָסט געמערט דײַן זנות, מיך צו דערצערענען. 27 און זע, איך האָב אױסגעשטרעקט מײַן האַנט אױף דיר, און האָב געמינערט דײַן אױסקומעניש, און דיך איבערגעגעבן אױף דעם באַראָט פֿון דײַנע פֿײַנט, די טעכטער פֿון די פּלִשתּים װאָס האָבן זיך געשעמט װעגן דײַן שענדלעכן װעג. 28 און דו האָסט מזנה געװען מיט די זין פֿון אשור, װײַל דו האָסט זיך נישט געקענט אָנזעטן, און האָסט מזנה געװען מיט זײ, און ביסט פֿאָרט נישט זאַט געװאָרן. 29 און האָסט געמערט דײַן זנות מיט דעם לאַנד פֿון קרעמער, מיט כַּשׂדים, און אױך דערמיט ביסטו נישט זאַט געװאָרן.

30 װי שװאַך איז דײַן האַרץ, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אַז דו האָסט געטאָן אַל דאָס דאָזיקע אַזױ װי עס טוט אַן אַרצע-זונה, 31 מיט װאָס דו האָסט געבױט דײַן געװעלבונג אױף יעטװעדער עק װעג, און דײַן הױכן אָרט האָסטו געמאַכט אױף יעטװעדער מאַרק; ביסט צו מאָל נישט געװען װי אַ זוֹנה צו שפּאָטן פֿון אַבי װאָסער לױן. 32 דו װײַב נואפֿטע װאָס נעמט פֿרעמדע אַנשטאָט איר מאַן, 33 אַלע זוֹנות גיט מען אַ געשאַנק, און דו האָסט געגעבן דײַנע געשאָנקען צו אַלע דײַנע ליבהאָבער, און זײ אונטערגעקױפֿט צו קומען צו דיר פֿון רונד אַרום, אין דײַן זנות. 34 און בײַ דיר איז געװען קאַפּױר װי בײַ אַנדערע װײַבער, מיט װאָס דו ביסט נאָכגעלאָפֿן, און נאָך דיר איז מען נישט נאָכגעלאָפֿן, און װאָס דו האָסט געגעבן לױן, און דיר איז קײן לױן נישט געגעבן געװאָרן; יאָ, קאַפּױר ביסטו געװען.

35 דערום הער, דו זוֹנה, דאָס װאָרט פֿון ה׳: 36 אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: װײַל דײַן שמוציקײט האָט זיך אױסגעגאָסן, און דײַן שאַנד איז אַנטפּלעקט געװאָרן אין דײַן זנות מיט דײַנע ליבהאָבער, און מיט אַלע דײַנע אומװערדיקע אָפּגעטער; און פֿאַר דעם בלוט פֿון דײַנע זין װאָס דו האָסט זײ געגעבן – 37 דערום זע, איך זאַמל אײַן אַלע דײַנע ליבהאָבער װאָס דו האָסט זיך געחנדלט צו זײ, און אַלע װאָס דו האָסט ליב, מיט אַלע װאָס דו האָסט פֿײַנט; און איך װעל זײ אײַנזאַמלען אַרום דיר פֿון רונד אַרום, און װעל אַנטפּלעקן דײַן שאַנד פֿאַר זײ, און זײ װעלן זען דײַן גאַנצע שאַנד. 38 און איך װעל דיך משפּטן מיט דעם משפּט פֿון נואפֿטעס און בלוטפֿאַרגיסערינס; און איך װעל ברענגען אױף דיר בלוט פֿון גרימצאָרן און קִנְאָה. 39 און איך װעל דיך איבערגעבן אין זײער האַנט, און זײ װעלן צעשטערן דײַן געװעלבונג, און אײַנװאַרפֿן דײַנע הױכע ערטער; און זײ װעלן דיר אױסטאָן דײַנע קלײדער, און צונעמען דײַנע שײנע זאַכן; און זײ װעלן דיך לאָזן נאַקעט און הױל. 40 און זײ װעלן אַרױפֿברענגען אױף דיר אַ געזעמל, און זײ װעלן דיך פֿאַרשטײנען מיט שטײנער, און דיך צעהאַקן מיט זײערע שװערדן. 41 און זײ װעלן פֿאַרברענען דײַנע הײַזער אין פֿײַער, און טאָן אױף דיר אַ משפּט פֿאַר די אױגן פֿון פֿיל װײַבער; און איך װעל דיך מאַכן אױפֿהערן זײַן אַ זוֹנה, און װעסט אױך קײן לױן מער נישט געבן. 42 און איך װעל באַרוען מײַן גרימצאָרן אױף דיר, און אָפּטאָן װעט זיך מײַן קִנְאָה פֿון דיר, און איך װעל מיך שטילן, און מער נישט צערענען. 43 װײַל דו האָסט נישט געדאַכט אָן די טעג פֿון דײַן יוגנט, און האָסט מיך דערערגערט מיט אַלעם דאָזיקן, דערום אָט פֿאַרגעלט איך אױך דײַן װעג אױף דײַן קאָפּ, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. אָדער האָסטו דען נישט געטאָן די דאָזיקע שענדלעכקײט צו אַלע דײַנע אומװערדיקײטן?

44 זע, יעטװעדער װערטלזאָגער װעט זיך װערטלען אױף דיר, אַזױ צו זאָגן: װי די מוטער אַזױ איר טאָכטער. 45 ביסט אַ טאָכטער פֿון דײַן מוטער װאָס האָט זיך געמיאוסט מיט איר מאַן און אירע קינדער, און ביסט אַ שװעסטער פֿון דײַנע שװעסטער, װאָס האָבן זיך געמיאוסט מיט זײערע מאַנען און זײערע קינדער; דײַן מוטער איז געװען פֿון חֵת, און דײַן פֿאָטער אַן אֶמוֹרי. 46 און דײַן גרעסערע שװעסטער איז געװען שוֹמרוֹן, װאָס איז געזעסן אױף דײַן לינקער זײַט, זי מיט אירע טעכטער; און דײַן קלענערע שװעסטער װאָס איז געזעסן אױף דײַן רעכטער זײַט, איז געװען סדוֹם מיט אירע טעכטער. 47 נישט צו מאָל אין זײערע װעגן ביסטו געגאַנגען, און װי זײערע אומװערדיקײטן געטאָן; אין אַ קורצער װײַל ביסטו געװאָרן פֿאַרדאָרבענער פֿון זײ אין אַלע דײַנע װעגן. 48 אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אױב דײַן שװעסטער סדוֹם, זי מיט אירע טעכטער, האָט געטאָן װי דו מיט דײַנע טעכטער האָסט געטאָן! 49 זע, דאָס איז געװען די זינד פֿון דײַן שװעסטער סדוֹם: שטאָלצקײט, זעטיקײט מיט ברױט, און רויִקע שלװה איז געװען בײַ איר און בײַ אירע טעכטער, און די האַנט פֿון דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון האָט זי נישט אױפֿגעהאַלטן. 50 און זײ זײַנען געװען האָפֿערדיק, און האָבן געטאָן אומװערדיקײט פֿאַר מיר; דערום האָב איך זײ אָפּגעראַמט, אַז איך האָב דאָס געזען. 51 און שוֹמרוֹן האָט אַ העלפֿט פֿון דײַנע זינד נישט געזינדיקט; און דו האָסט געמערט דײַנע אומװערדיקײטן מער פֿון זײ, און האָסט גערעכטפֿאַרטיקט דײַנע שװעסטער מיט אַלע דײַנע אומװערדיקײטן װאָס דו האָסט געטאָן. 52 דערום טראָג אױך דו דײַן שאַנד, װאָס דו האָסט געמשפּט דײַנע שװעסטער; דורך דײַנע זינד װאָס דו האָסט געטאָן מער אומװערדיק פֿון זײ, װערן זײ גערעכטער פֿון דיר; דערום אױך דו שעם זיך, און טראָג דײַן שאַנד, װאָס דו רעכטפֿאַרטיקסט דײַנע שװעסטער.

53 און איך װעל אומקערן זײער געפֿאַנגענשאַפֿט, די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון סדוֹם און אירע טעכטער, און די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון שוֹמרוֹן און אירע טעכטער, און די געפֿאַנגענשאַפֿט פֿון דײַנע געפֿאַנגענע צװישן זײ; 54 כּדי זאָלסט טראָגן דײַן שאַנד, און זיך שעמען פֿאַר אַלץ װאָס דו האָסט געטאָן, אַז דו ביסט זײ געװאָרן אַ טרײסטונג. 55 און דײַנע שװעסטער סדוֹם און אירע טעכטער װעלן זיך אומקערן צו זײער פֿריִערדיקן שטאַנד, און שוֹמרוֹן און אירע טעכטער, װעלן זיך אומקערן צו זײער פֿריִערדיקן שטאַנד, און דו און דײַנע טעכטער – װעט זיך אומקערן צו אײַער פֿריִערדיקן שטאַנד. 56 און איז נישט סדוֹם דײַן שװעסטער געװען אַ גערײד אין דײַן מױל, אין דעם טאָג פֿון דײַן שטאָלץ, 57 אײדער דײַן שלעכטיקײט איז אַנטפּלעקט געװאָרן, װי אין דער צײַט פֿון דער לעסטערונג פֿון די טעכטער פֿון אַרָם, און פֿון אַלע אירע אַרומיקע, די טעכטער פֿון די פּלִשתּים, װאָס פֿאַראַכטן דיך פֿון רונד אַרום? 58 דײַן שענדלעכקײט און דײַנע אומװערדיקײטן – דו װעסט זײ טראָגן, זאָגט ה׳.

59 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: יאָ, איך װעל טאָן מיט דיר אַזױ װי דו האָסט געטאָן, װאָס דו האָסט פֿאַראַכט די שבֿועה, צו פֿאַרשטערן דעם ברית. 60 אָבער איך װעל זיך דערמאָנען אָן מײַן ברית מיט דיר אין די טעג פֿון דײַן יוגנט, און װעל דיר אױפֿשטעלן אַן אײביקן ברית. 61 און װעסט זיך דערמאָנען דײַנע װעגן, און זיך שעמען, װען דו קריגסט דײַנע שװעסטער, די גרעסערע פֿון דיר מיט די קלענערע פֿון דיר; און איך װעל זײ דיר געבן פֿאַר טעכטער, אָבער נישט פֿון װעגן דײַן ברית. 62 און איך װעל אױפֿשטעלן מײַן ברית מיט דיר, און װעסט װיסן, אַז איך בין ה׳; 63 כּדי זאָלסט זיך דערמאָנען און זיך שעמען, און מער אַ מױל נישט עפֿענען פֿון װעגן דײַן שאַנד, װען איך בין דיר מכַפּר אױף אַלץ װאָס דו האָסט געטאָן, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-