1 און עס איז געװען אין זיבעטן יאָר, אין פֿינפֿטן חודש, אין צענטן טאָג פֿון חודש, זײַנען געקומען מענער פֿון די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל צו פֿרעגן בײַ ה׳, און זײ זײַנען געזעסן פֿאַר מיר. 2 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו מיר, אַזױ צו זאָגן: 3 מענטשנקינד, רעד צו די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: פֿרעגן בײַ מיר זײַט איר געקומען? אַזױ װי איך לעב, אױב איך װעל זיך לאָזן פֿרעגן פֿון אײַך! זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 4 װילסטו זײ משפּטן? װילסטו משפּטן, מענטשנקינד? לאָז זײ װיסן די אומװערדיקײטן פֿון זײערע עלטערן. 5 און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: אין דעם טאָג װאָס איך האָב אױסדערװײלט יִשׂרָאֵל, און איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו דעם זאָמען פֿון דעם הױז פֿון יעקבֿ, און האָב זיך געלאָזט דערקענען צו זײ אין לאַנד מִצרַיִם, האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ, אַזױ צו זאָגן: איך בין ה׳ אלוקיכם. 6 אין יענעם טאָג האָב איך אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ, זײ אַרױסצוציען פֿון לאַנד מִצרַיִם אין אַ לאַנד װאָס איך האָב אױסגעזוכט פֿאַר זײ, װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, װאָס איז דאָס שײַנדל פֿון אַלע לענדער. 7 און איך האָב צו זײ געזאָגט: װאַרפֿט אַװעק איטלעכער די אומװערדיקײטן פֿון זײַנע אױגן, און מיט די אָפּגעטער פֿון מִצרַיִם זאָלט איר אײַך נישט פֿאַראומרײניקן; איך בין ה׳ אלוקיכם. 8 אָבער זײ האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר, און זײ האָבן נישט געװאָלט צוהערן צו מיר; זײ האָבן נישט אַװעקגעװאָרפֿן איטלעכער די אומװערדיקײטן פֿון זײערע אױגן, און די אָפּגעטער פֿון מִצרַיִם האָבן זײ נישט פֿאַרלאָזן.
און איך האָב געטראַכט אױסצוגיסן מײַן גרימצאָרן אױף זײ, אױסצולאָזן מײַן כּעס אױף זײ אין לאַנד מִצרַיִם. 9 אָבער איך האָב געטאָן פֿון מײַן נאָמען װעגן, כּדי ער זאָל נישט פֿאַרשװעכט װערן אין די אױגן פֿון די פֿעלקער, װאָס זײ זײַנען געװען צװישן זײ, װאָס פֿאַר זײערע אױגן האָב איך זיך געלאָזט דערקענען צו זײ, זײ אַרױסצוציען פֿון לאַנד מִצרַיִם. 10 און איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, און האָב זײ געבראַכט אין דער מדבר. 11 און איך האָב זײ געגעבן מײַנע חוקים, און מײַנע געזעצן זײ געלאָזט װיסן, װאָס אַז דער מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ. 12 און אױך מײַנע שבֿטים האָב איך זײ געגעבן, צו זײַן פֿאַר אַ צײכן צװישן מיר און צװישן זײ, כּדי זײ זאָלן װיסן אַז איך ה׳ הײליק זײ. 13 אָבער דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר אין דער מדבר: אין מײַנע חוקים זײַנען זײ נישט געגאַנגען, און מײַנע געזעצן האָבן זײ פֿאַראַכט, װאָס אַז דער מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ; און מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט ביז גאָר.
און איך האָב געטראַכט אױסצוגיסן מײַן גרימצאָרן אױף זײ אין דער מדבר, כּדי זײ צו פֿאַרלענדן. 14 אָבער איך האָב געטאָן פֿון מײַן נאָמען װעגן, כּדי ער זאָל נישט פֿאַרשװעכט װערן אין די אױגן פֿון די פֿעלקער װאָס איך האָב זײ אַרױסגעצױגן פֿאַר זײערע אױגן. 15 נאָר איך האָב אױך אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ אין דער מדבר, זײ נישט צו ברענגען אין דעם לאַנד װאָס איך האָב געגעבן, װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, װאָס איז דאָס שײַנדל פֿון אַלע לענדער; 16 װײַל מײַנע געזעצן האָבן זײ פֿאַראַכט, און מײַנע חוקים, אין זײ זײַנען זײ נישט געגאַנגען, און מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט; נײַערט נאָך זײערע אָפּגעטער איז געגאַנגען זײער האַרץ. 17 אָבער מײַן אױג האָט זײ געשױנט, זײ נישט אומצוברענגען, און איך האָב נישט געמאַכט פֿון זײ אַ פֿאַרלענדונג אין דער מדבר.
18 און איך האָב געזאָגט צו זײערע קינדער אין דער מדבר: אין די חוקים פֿון אײַערע עלטערן זאָלט איר נישט גײן, און זײערע געזעצן זאָלט איר נישט היטן, און מיט זײערע אָפּגעטער זאָלט איר אײַך נישט פֿאַראומרײניקן. 19 איך ה׳ בין אלוקיכם; אין מײַנע חוקים גײט, און מײַנע געזעצן היט, און טוט זײ. 20 און מײַנע שבֿטים האַלט הײליק, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ צײכן צװישן מיר און צװישן אײַך, כּדי איר זאָלט װיסן אַז איך ה׳ בין אלוקיכם. 21 אָבער די קינדער האָבן װידערשפּעניקט אָן מיר: אין מײַנע חוקים זײַנען זײ נישט געגאַנגען, און מײַנע געזעצן האָבן זײ נישט געהיט זײ צו טאָן, װאָס אַז אַ מענטש טוט זײ, לעבט ער דורך זײ; מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט.
און איך האָב געטראַכט אױסצוגיסן מײַן גרימצאָרן אױף זײ, אױסצולאָזן מײַן כּעס אױף זײ אין דער מדבר. 22 אָבער איך האָב אומגעקערט מײַן האַנט, און איך האָב געטאָן פֿון מײַן נאָמען װעגן, כּדי ער זאָל נישט פֿאַרשװעכט װערן אין די אױגן פֿון די פֿעלקער װאָס פֿאַר זײערע אױגן האָב איך זײ אַרױסגעצױגן. 23 הגם איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ אין דער מדבר, זײ צו פֿאַרשפּרײטן צװישן די פֿעלקער, און זײ צו צעװאַרפֿן אין די לענדער; 24 װײַל מײַנע געזעצן האָבן זײ נישט געטאָן, און מײַנע חוקים האָבן זײ פֿאַראַכט, און מײַנע שבֿטים האָבן זײ פֿאַרשװעכט, און נאָך די אָפּגעטער פֿון זײערע עלטערן זײַנען געװען זײערע אױגן. 25 און איך אױך האָב זײ געגעבן חוקים נישט גוטע, און געזעצן װאָס זײ זאָלן נישט קענען לעבן דורך זײ; 26 און איך האָב זײ געלאָזט זיך פֿאַראומרײניקן מיט זײערע אָפּפֿערגעשאַנקען, מיט אָפּשײדן איטלעכס װאָס עפֿנט דעם טראַכט; כּדי איך זאָל זײ פֿאַרװיסטן, כּדי זײ זאָלן װיסן אַז איך בין ה׳.
27 דערום רעד צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, דו מענטשנקינד, און זאָלסט זאָגן צו זײ: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: דערמיט אױך האָבן אײַערע עלטערן מיך געלעסטערט, װאָס זײ האָבן געפֿעלשט אַ פֿעלשונג אָן מיר. 28 װאָרעם אַז איך האָב זײ געבראַכט אין דאָס לאַנד, װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט צו זײ, זײ עס צו געבן, איז װוּ נאָר זײ האָבן געזען אַ הױך בערגל, און װוּ נאָר אַ געדיכטן בױם, האָבן זײ דאָרטן געשלאַכט זײערע שלאַכטאָפּפֿער, און זײ האָבן דאָרטן געבראַכט די דערצערענונג פֿון זײער קָרבָּן, און דאָרטן געמאַכט זײער געשמאַקן רֵיח, און דאָרטן געגאָסן זײערע גיסאָפּפֿער. 29 און איך האָב צו זײ געזאָגט: װאָס באַטײַט די בָמָה? – װאָס איר מאַכט זיך נאַריש דאָרטן; דערום רופֿט מען איר נאָמען בָמָה ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
30 דערום זאָג צו דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל: אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: איר פֿאַראומרײניקט אײַך אױף דעם שטײגער פֿון אײַערע עלטערן, און נאָך זײערע אומװערדיקײטן זײַט איר פֿאַרפֿירט, 31 און אַז איר ברענגט אײַערע אָפּפֿערגעשאַנקען, אַז איר מאַכט דורכגײן אײַערע קינדער דורכן פֿײַער, פֿאַראומרײניקט איר אײַך מיט אַלע אײַערע אָפּגעטער ביז אױף הײַנטיקן טאָג, און איך זאָל זיך לאָזן פֿרעגן פֿון אײַך, הױז פֿון יִשׂרָאֵל? אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אױב איך װעל זיך לאָזן פֿרעגן פֿון אײַך! 32 און װאָס אײַך קומט אױפֿן זינען װעט קײן מאָל נישט זײַן; װאָס איר זאָגט: מיר װעלן זײַן אַזױ װי די אומות, אַזױ װי די משפּחות פֿון די לענדער, צו דינען האָלץ און שטײן.
33 אַזױ װי איך לעב, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, אױב נישט מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט אױסגעגאָסענעם גרימצאָרן, װעל איך קיניגן אױף אײַך! 34 און איך װעל אײַך אַרױסציען פֿון די פֿעלקער, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון די לענדער, װאָס איר זײַט צעשפּרײט אין זײ, מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט אױסגעגאָסענעם גרימצאָרן. 35 און איך װעל אײַך ברענגען צום מדבר פֿון די פֿעלקער, און װעל זיך משפּטן מיט אײַך, פּנים אֶל פּנים. 36 אַזױ װי איך האָב זיך געמשפּט מיט אײַערע עלטערן אין מדבר פֿון לאַנד מִצרַיִם, אַזױ װעל איך זיך משפּטן מיט אײַך, זאָגט אֲדֹנָי ה׳. 37 און איך װעל אײַך מאַכן דורכגײן אונטער דער רוט, און װעל אײַך ברענגען אין דער פֿאַרקניפּונג פֿון ברית. 38 און איך װעל אױסרײניקן פֿון אײַך די װידערשפּעניקער, און די װאָס ברעכן אָן מיר; פֿון דעם לאַנד פֿון זײער פֿרעמדשאַפֿט װעל איך זײ אַרױסציען, אָבער אױף דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל װעלן זײ נישט קומען; און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳.
39 און איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל, אַזױ האָט געזאָגט אֲדֹנָי ה׳: גײט דינט איטלעכער זײַנע אָפּגעטער, אַזױ װי איר װילט נישט צוהערן צו מיר; אָבער מײַן הײליקן נאָמען זאָלט איר מער נישט פֿאַרשװעכן מיט אײַערע אָפּפֿערגעשאַנקען, און מיט אײַערע אָפּגעטער.
40 װאָרעם אױף מײַן הײליקן באַרג, אױף דעם הױכן באַרג פֿון יִשׂרָאֵל, זאָגט אֲדֹנָי ה׳, דאָרטן װעט דאָס גאַנצע הױז פֿון יִשׂרָאֵל אין גאַנצן מיר דינען אין לאַנד; דאָרטן װעל איך זײ באַװיליקן, און דאָרטן װעל איך פֿאַרלאַנגען אײַערע אָפּשײדונגען, און אײַערע ערשטגאָבן, מיט אַלע אײַערע געהײליקטע זאַכן. 41 דורך אַ געשמאַקן רֵיח װעל איך אײַך באַװיליקן, װען איך צי אײַך אַרױס פֿון די פֿעלקער, און װעל אײַך אײַנזאַמלען פֿון די לענדער װאָס איר זײַט צעשפּרײט אין זײ; און איך װעל געהײליקט װערן דורך אײַך אין די אױגן פֿון די אומות. 42 און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳, װען איך ברענג אײַך אױף דער ערד פֿון יִשׂרָאֵל, אין דעם לאַנד, װאָס איך האָב אױפֿגעהױבן מײַן האַנט, עס צו געבן צו אײַערע עלטערן. 43 און איר װעט דאָרטן דערמאָנען אײַערע װעגן, און אַלע אײַערע מעשׂים, װאָס איר האָט זיך פֿאַראומרײניקט מיט זײ, און איר װעט זיך עקלען פֿאַר זיך אַלײן פֿון װעגן אַלע אײַערע בײזן װאָס איר האָט געטאָן. 44 און איר װעט װיסן אַז איך בין ה׳, װען איך טו מיט אײַך פֿון מײַן נאָמען װעגן, נישט לױט אײַערע שלעכטע װעגן, און לױט אײַערע פֿאַרדאָרבענע מעשׂים, איר הױז פֿון יִשׂרָאֵל, זאָגט אֲדֹנָי ה׳.