1 אַל דאָס װאָרט װאָס איך באַפֿעל אײַך, דאָס זאָלט איר היטן צו טאָן; זאָלסט נישט צולײגן דערצו, און זאָלסט נישט מינערן דערפֿון.
2 אַז צװישן דיר װעט אױפֿשטײן אַ נבֿיא, אָדער אַ חלומער פֿון חלומות, און ער װעט דיר געבן אַ צײכן אָדער אַ װוּנדער – 3 און דער צײכן און דאָס װוּנדער װאָס ער האָט דיר פֿאַרױסגעזאָגט, װעט אָנקומען – אַזױ צו זאָגן: לאָמיר גײן נאָך פֿרעמדע ג‑טער – װאָס דו קענסט נישט – און לאָמיר זײ דינען; 4 זאָלסטו נישט צוהערן צו די װערטער פֿון יענעם נבֿיא, אָדער יענעם חלומער פֿון חלומות, װאָרעם דאָס פּרוּװט אײַך ה׳ אלוקיכם, כּדי צו װיסן אױב איר האָט ליב ה׳ אלוקיכם מיט אײַער גאַנצן האַרצן און מיט אײַער גאַנצער זעל. 5 נאָך ה׳ אלוקיכם זאָלט איר גײן, און פֿאַר אים זאָלט איר מורא האָבן, און זײַנע געבאָט זאָלט איר היטן, און צו זײַן קֹול זאָלט איר צוהערן, און אים זאָלט איר דינען, און אָן אים זאָלט איר זיך באַהעפֿטן. 6 און יענער נבֿיא אָדער יענער חלומער פֿון חלומות זאָל געטײט װערן, װײַל ער האָט גערעדט אָפּקערונג קעגן ה׳ אלוקיכם, װאָס האָט אײַך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, און װאָס האָט דיך אױסגעלײזט פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט – כּדי דיך אַראָפּצופֿירן פֿון דעם װעג װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט דיר באַפֿױלן צו גײן אין אים. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר.
7 אַז דײַן ברודער, דער זון פֿון דײַן מוטער, אָדער דײַן זון, אָדער דײַן טאָכטער, אָדער די װײַב פֿון דײַן בוזעם, אָדער דײַן חבֿר, װאָס איז אַזױ װי דײַן אײגן זעל, װעט דיך אָנרעדן אין פֿאַרבאָרגעניש, אַזױ צו זאָגן: לאָמיר גײן און דינען פֿרעמדע ג‑טער – װאָס נישט דו האָסט געקענט, נישט דײַנע עלטערן; 8 פֿון די ג‑טער פֿון די פֿעלקער װאָס אַרום אײַך, פֿון די װאָס זײַנען נאָנט צו דיר, אָדער פֿון די װאָס זײַנען װײַט פֿון דיר, פֿון עק ערד ביז עק ערד – 9 זאָלסטו נישט אײַנװיליקן צו אים, און נישט צוהערן צו אים, און דײַן אױג זאָל אים נישט שױנען, און זאָלסט זיך נישט דערבאַרעמען, און אים נישט פֿאַרדעקן. 10 נײַערט הרגען זאָלסטו אים הרגען; דײַן האַנט זאָל זײַן אױף אים די ערשטע אים צו טײטן, און דערנאָך די האַנט פֿון גאַנצן פֿאָלק. 11 און זאָלסט אים פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער, און ער זאָל שטאַרבן, דערפֿאַר װאָס ער האָט דיך געזוכט אַראָפּצופֿירן פֿון ה׳ דײַן ג-ט, װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט. 12 און גאַנץ יִשׂרָאֵל װעלן הערן און װעלן מורא האָבן, און װעלן מער נישט טאָן אַזױ װי די דאָזיקע שלעכטע זאַך צװישן דיר.
13 אַז דו װעסט הערן אין אײנער פֿון דײַנע שטעט װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, צו װױנען דאָרטן, אַזױ צו זאָגן: 14 עס זײַנען אַרױסגעטרעטן נידערטרעכטיקע לײַט פֿון צװישן דיר, און האָבן אַראָפּגעפֿירט די באַװױנער פֿון זײער שטאָט, אַזױ צו זאָגן: לאָמיר גײן און דינען פֿרעמדע ג‑טער – װאָס איר קענט נישט; 15 און װעסט נאָכזוכן און אױספֿאָרשן און גוט נאָכפֿרעגן, ערשט די זאַך איז אמת ריכטיק, די דאָזיקע אומװערדיקײט איז געטאָן געװאָרן צװישן דיר, 16 זאָלסטו שלאָגן דערשלאָגן די באַװױנער פֿון דער דאָזיקער שטאָט מיטן שאַרף פֿון שװערד; פֿאַרװיסט זי – אַלע װאָס אין איר, און אירע בהמות, מיטן שאַרף פֿון שװערד. 17 און איר גאַנצן זאַקרױב זאָלסטו צונױפֿקלײַבן אין מיטן פֿון איר מאַרק, און פֿאַרברענען אין פֿײַער די שטאָט מיט איר גאַנצן זאַקרױב, אין גאַנצן צו ה׳ דײַן ג-ט, און זי זאָל זײַן אַן אײביקער חורבֿה-הױפֿן; זי זאָל מער נישט אָפּגעבױט װערן. 18 און קײן שום זאַך פֿון דעם חרם זאָל זיך נישט אָנקלעפּן אין דײַן האַנט, כּדי ה׳ זאָל זיך אָפּקערן פֿון זײַן גרימצאָרן, און דיר שענקען דערבאַרעמונג, און זיך דערבאַרעמען אױף דיר, און דיך מערן, אַזױ װי ער האָט געשװאָרן צו דײַנע עלטערן; 19 אַז דו װעסט צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ דײַן ג-ט, צו היטן אַלע זײַנע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט, צו טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין די אױגן פֿון ה׳ דײַן ג-ט.