1 אַז ה׳ דײַן ג-ט װעט פֿאַרשנײַדן די פֿעלקער װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר זײער לאַנד, און װעסט זײ ירשען, און זיך באַזעצן אין זײערע שטעט, און אין זײערע הײַזער, 2 זאָלסטו דיר אָפּשײדן דרײַ שטעט אין מיטן פֿון דײַן לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, עס צו אַרבן. 3 זאָלסט דיר אָפּמאַרקירן דעם װעג, און אײַנטײלן אין דרײען דאָס געמאַרק פֿון דײַן לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך מאַכן אַרבן, און עס זאָל זײַן אױף צו אַנטלױפֿן אַהין פֿאַר איטלעכן טױטשלעגער. 4 און דאָס איז דער פֿאַל פֿון דעם טױטשלעגער װאָס קען אַהין אַנטלױפֿן און בלײַבן לעבן: דער װאָס װעט דערשלאָגן זײַן חבֿר אָן אַ כּיװן, און ער איז אים נישט געװען אַ שׂונא פֿון נעכטן-אײערנעכטן; 5 װי אַז אײנער װעט קומען מיט זײַן חבֿר אין װאַלד האַקן בײמער, און זײַן האַנט װעט זיך פֿאַרמעסטן מיט דער האַק אָפּצוהאַקן דעם בױם, און דער אײַזן װעט אָפּשפּרינגען פֿון שטיל, און װעט טרעפֿן זײַן חבֿר, און ער װעט שטאַרבן; ער זאָל אַנטלױפֿן אין אײנער פֿון די דאָזיקע שטעט, און בלײַבן לעבן; 6 כּדי דער בלוט דערלײזער זאָל נישט נאָכיאָגן דעם טױטשלעגער װען זײַן האַרץ איז הײס, און אים כאַפּן, װײַל דער װעג איז אַ װײַטער, און אים דערשלאָגן צום טױט, װען אים קומט נישט טױטשטראָף, װײַל ער איז אים נישט געװען אַ שׂונא פֿון נעכטן-אײערנעכטן. 7 דערום באַפֿעל איך דיר, אַזױ צו זאָגן: דרײַ שטעט זאָלסטו דיר אָפּשײדן. 8 און אױב ה׳ דײַן ג-ט װעט דערברײטערן דײַן געמאַרק, אַזױ װי ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן, און װעט דיר געבן דאָס גאַנצע לאַנד װאָס ער האָט צוגעזאָגט דײַנע עלטערן צו געבן – 9 אַז דו װעסט היטן אַל דאָס דאָזיקע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט עס צו טאָן, ליב צו האָבן ה׳ דײַן ג-ט, און צו גײן אין זײַנע װעגן אַלע טעג – זאָלסטו דיר צולײגן נאָך דרײַ שטעט צו די דאָזיקע דרײַ; 10 כּדי עס זאָל נישט פֿאַרגאָסן װערן אומשולדיק בלוט אין דײַן לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, און עס זאָל נישט זײַן אױף דיר קײן בלוט.
11 אָבער אַז אַ מאַן װעט זײַן אַ שׂונא זײַן חבֿר, און ער װעט לױערן אױף אים, און װעט אױפֿשטײן אױף אים, און װעט אים שלאָגן צום טױט, און ער װעט שטאַרבן; און ער װעט אַנטלױפֿן אין אײנער פֿון די דאָזיקע שטעט, 12 זאָלן שיקן די עלטסטע פֿון זײַן שטאָט, און אים נעמען פֿון דאָרטן, און אים איבערגעבן אין האַנט פֿון דעם בלוט דערלײזער, און ער זאָל שטאַרבן. 13 דײַן אױג זאָל זיך נישט דערבאַרעמען אױף אים, און זאָלסט אױסראַמען אומשולדיק בלוט פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי דיר זאָל גוט זײַן.
14 זאָלסט נישט פֿאַררוקן דעם גרענעץ פֿון דײַן חבֿר, װאָס די פֿריִערדיקע האָבן אָפּגעגרענעצט, אין דײַן נחלה װאָס דו װעסט ירשען, אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, עס צו אַרבן.
15 עס זאָל נישט אױפֿשטײן אײן עדות קעגן אַ מאַן װעגן אַ שום פֿאַרברעך אָדער אַ שום פֿאַרזינדיקונג – אין אַ שום זינד װאָס ער האָט געזינדיקט; דורך דעם מױל פֿון צװײ עדות, אָדער דורך דעם מױל פֿון דרײַ עדות, זאָל אַ זאַך באַשטײן. 16 אַז עס װעט אױפֿשטײן אַן אומגערעכטער עדות אַקעגן אַ מאַן, צו זאָגן אױף אים פֿאַרקערטע עדות, 17 זאָלן די צװײ מענטשן װאָס האָבן דעם שטרײַט, זיך שטעלן פֿאַר ה׳, פֿאַר די כּהנים און די ריכטער װאָס װעלן זײַן אין יענע טעג. 18 און אױב די ריכטער װעלן גוט אױספֿאָרשן, ערשט דער עדות איז אַ פֿאַלשער עדות, ליגן האָט ער געזאָגט אױף זײַן ברודער, 19 זאָלט איר טאָן צו אים, אַזױ װי ער האָט געטראַכט צו טאָן צו זײַן ברודער; און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר. 20 און די איבעריקע װעלן הערן און װעלן מורא האָבן, און װעלן מער נישט טאָן אַזױ װי די דאָזיקע שלעכטע זאַך צװישן דיר. 21 און דײַן אױג זאָל זיך נישט דערבאַרעמען: אַ נפֿש פֿאַר אַ נפֿש, אַן אױג פֿאַר אַן אױג, אַ צאָן פֿאַר אַ צאָן, אַ האַנט פֿאַר אַ האַנט, אַ פֿוס פֿאַר אַ פֿוס.