1 זאָלסט נישט שלאַכטן צו ה׳ דײַן ג-ט אַן אָקס אָדער אַ שעפּס װאָס אין אים איז דאָ אַ מום, עפּעס אַ שלעכטע זאַך; װאָרעם אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ דײַן ג-ט איז דאָס.
2 אַז עס װעט געפֿונען װערן צװישן דיר, אין אײנעם פֿון דײַנע טױערן װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, אַ מאַן אָדער אַ פֿרױ װאָס װעט טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳ דײַן ג-ט, איבערצוטרעטן זײַן ברית; 3 און ער װעט גײן און דינען פֿרעמדע ג‑טער, און זיך בוקן צו זײ, אָדער צו דער זון, אָדער צו דער לִבֿנָה, אָדער צו דעם גאַנצן חיל פֿון הימל, װאָס איך האָב נישט געהײסן;
4 און עס װעט דיר דערצײלט װערן, און װעסט הערן, און װעסט גוט אױספֿאָרשן, ערשט די זאַך איז אמת ריכטיק, די דאָזיקע אומװערדיקײט איז געטאָן געװאָרן אין יִשׂרָאֵל, 5 זאָלסטו אַרױספֿירן יענעם מאַן אָדער יענע פֿרױ, װאָס האָבן געטאָן די דאָזיקע שלעכטע זאַך, צו דײַנע טױערן – דעם מאַן אָדער די פֿרױ – און זאָלסט זײ פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער, און זײ זאָלן שטאַרבן. 6 לױט דעם מױל פֿון צװײ עדות אָדער דרײַ עדות זאָל געטײט װערן דער װאָס װערט געטײט; ער זאָל נישט געטײט װערן לױט דעם מױל פֿון אײן עדות.
7 די האַנט פֿון די עדות זאָל זײַן אױף אים די ערשטע אים צו טײטן, און דערנאָך די האַנט פֿון גאַנצן פֿאָלק; און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר.
8 אַז אַ זאַך װעט זײַן פֿאַרהױלן פֿון דיר אין אַ משפּט, צװישן בלוט און בלוט, צװישן אַ טענה און אַ טענה, אָדער צװישן אַ שעדיקונג און אַ שעדיקונג, אין שטרײַטזאַכן אין דײַנע טױערן, זאָלסטו אױפֿשטײן און אַרױפֿגײן צו דעם אָרט װאָס ה׳ דײַן ג-ט װעט אים אױסדערװײלן. 9 און זאָלסט קומען צו די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי, און צו דעם ריכטער װאָס װעט זײַן אין יענע טעג, און זאָלסט פֿרעגן, און זײ װעלן דיר זאָגן דאָס װאָרט פֿון דעם משפּט. 10 און זאָלסט טאָן לױט דעם װאָרט װאָס זײ װעלן דיר זאָגן פֿון יענעם אָרט װאָס ה׳ װעט אױסדערװײלן; און זאָלסט היטן צו טאָן אַזױ װי אַלץ װאָס זײ װעלן דיך לערנען. 11 לױט דער לערנונג װאָס זײ װעלן דיך לערנען, און לױט דעם משפּט װאָס זײ װעלן דיר זאָגן, זאָלסטו טאָן; זאָלסט זיך נישט אָפּקערן פֿון דעם װאָרט װאָס זײ װעלן דיר זאָגן, רעכטס אָדער לינקס. 12 און דער מאַן װאָס װעט טאָן מיט מוטװיליקײט, נישט צו געהאָרכן דעם כּהן װאָס שטײט צו דינען דאָרטן ה׳ דײַן ג-ט, אָדער דעם ריכטער, יענער מאַן זאָל שטאַרבן; און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון יִשׂרָאֵל. 13 און דאָס גאַנצע פֿאָלק װעט הערן און װעט מורא האָבן, און זײ װעלן מער נישט מוטװילקן.
14 אַז דו װעסט קומען אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, און װעסט עס אַרבן, און װעסט זיך באַזעצן דרינען, און װעסט זאָגן: איך װיל מאַכן אַ מלך איבער מיר, אַזױ װי אַלע פֿעלקער װאָס אַרום מיר, 15 מאַכן זאָלסטו מאַכן אַ מלך איבער דיר דעם װאָס ה׳ דײַן ג-ט װעט אים אױסדערװײלן; פֿון צװישן דײַנע ברידער זאָלסטו מאַכן איבער דיר אַ מלך; טאָרסט נישט אױפֿזעצן איבער דיר אַ פֿרעמדן מאַן, װאָס איז נישט דײַנער אַ ברודער. 16 אָבער ער זאָל זיך נישט מערן פֿערד, און נישט אומקערן דאָס פֿאָלק קײן מִצרַיִם, כּדי צו מערן פֿערד; װאָס ה׳ האָט אײַך אָנגעזאָגט: איר זאָלט זיך מער נישט אומקערן אױף דעם דאָזיקן װעג. 17 און ער זאָל זיך נישט מערן װײַבער כּדי זײַן האַרץ זאָל זיך נישט אָפּקערן; אױך זילבער און גאָלד זאָל ער זיך נישט מערן אַ סך. 18 און עס װעט זײַן, אַז ער זעצט זיך אױף דעם טראָן פֿון זײַן מלוכה, זאָל ער זיך אױפֿשרײַבן אַן איבערחזרונג פֿון דער דאָזיקער תּורה אױף אַ בוך, פֿון דער װאָס פֿאַר די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי. 19 און דאָס זאָל זײַן בײַ אים, און ער זאָל לײענען דערין אַלע טעג פֿון זײַן לעבן, כּדי ער זאָל לערנען מורא צו האָבן פֿאַר ה׳ זײַן ג-ט, צו היטן אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּורה, און די דאָזיקע געזעצן, זײ צו טאָן; 20 אַז זײַן האַרץ זאָל זיך נישט דערהײבן איבער זײַנע ברידער, און ער זאָל זיך נישט אָפּקערן פֿון די געבאָט רעכטס אָדער לינקס, כּדי ער זאָל מַאֲריך-ימים זײַן אױף זײַן מלוכה, ער און זײַנע קינדער, צװישן יִשׂרָאֵל.