Publicidade

Deuteronômio 22

1 זאָלסט נישט זען דײַן ברודערס אָקס אָדער זײַן שעפּס פֿאַרבלאָנדזשעטע, און זיך פֿאַרהױלן פֿון זײ; אומקערן זאָלסטו זײ אומקערן צו דײַן ברודער. 2 און אױב דײַן ברודער איז נישט נאָנט פֿון דיר, אָדער דו קענסט אים נישט, זאָלסטו עס אַרײַננעמען אין דײַן הױז, און עס זאָל זײַן בײַ דיר, ביז דײַן ברודער פֿרעגט זיך נאָך אױף דעם, און װעסט עס אים אומקערן. 3 און אַזױ זאָלסטו טאָן מיט זײַן אײזל, און אַזױ זאָלסטו טאָן מיט זײַן קלײד, און אַזױ זאָלסטו טאָן מיט אַלעם פֿאַרלאָרענעם פֿון דײַן ברודער, װאָס װעט פֿאַרלאָרן װערן בײַ אים, און דו װעסט עס געפֿינען; טאָרסט זיך נישט פֿאַרהױלן.

4 זאָלט נישט זען דײַן ברודערס אײזל אָדער זײַן אָקס געפֿאַלן אין װעג, און זיך פֿאַרהױלן פֿון זײ; אױפֿשטעלן זאָלסטו זײ אױפֿשטעלן אין אײנעם מיט אים.

5 אױף אַ פֿרױ זאָל נישט זײַן אַ בגד פֿון אַ מאַנספּאַרשױן, און אַ מאַנספּאַרשױן זאָל נישט אָנטאָן אַ קלײד פֿון אַ פֿרױ; װאָרעם אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ דײַן ג-ט איז איטלעכער װאָס טוט דאָס.

6 אַז פֿאַר דיר װעט זיך טרעפֿן אין װעג אַ נעסט פֿון אַ פֿױגל אױף ערגעץ אַ בױם, אָדער אױף דער ערד, מיט פֿײגעלעך אָדער אײַער, און די מוטער זיצט אױף די פֿײגעלעך אָדער אױף די אײַער, זאָלסטו נישט נעמען די מוטער אין אײנעם מיט די קינדער. 7 אַװעקלאָזן זאָלסטו אַװעקלאָזן די מוטער, און די קינדער זאָלסטו נעמען צו דיר; כּדי דיר זאָל גוט זײַן, און זאָלסט מַאֲריך-ימים זײַן.

8 אַז דו װעסט בױען אַ נײַ הױז, זאָלסטו מאַכן אַ געלענדער צו דײַן דאַך, כּדי זאָלסט נישט ברענגען בלוט אױף דײַן הױז, אַז עמיצער װעט אַראָפּפֿאַלן פֿון אים.

9 זאָלסט נישט פֿאַרזײען דײַן װײַנגאָרטן געמישט, כּדי עס זאָל נישט הײליק װערן אי די שֶפֿע פֿון דעם זאָמען װאָס דו װעסט זײען, אי דער אײַנטראָג פֿון דעם װײַנגאָרטן.

10 זאָלסט נישט אַקערן מיט אַן אָקס און אַן אײזל אין אײנעם.

11 זאָלסט נישט אָנטאָן שַעַטנֵז, װאָל מיט פֿלאַקס אין אײנעם.

12 פֿרענדז זאָלסטו דיר מאַכן אױף די פֿיר עקן פֿון דײַן צודעק װאָס דו דעקסט זיך דערמיט צו.

13 אַז אַ מאַן װעט נעמען אַ װײַב, און װעט קומען צו איר, און װעט זי פֿײַנט קריגן, 14 און ער װעט מאַכן אױף איר אַ בילבול, און אַרױסלאָזן אױף איר אַ שֶם-רַע, און זאָגן: איך האָב גענומען די דאָזיקע װײַב, און איך האָב צו איר גענענט, און האָב בײַ איר נישט געפֿונען קײן בתולים; 15 זאָל דער פֿאָטער פֿון דער מײדל, און איר מוטער, נעמען און אַרױסברענגען די בתולים פֿון דער מײדל צו די עלטסטע פֿון שטאָט, אין טױער. 16 און דער פֿאָטער פֿון דער מײדל זאָל זאָגן צו די עלטסטע: איך האָב געגעבן מײַן טאָכטער צו דעם דאָזיקן מאַן פֿאַר אַ װײַב, און ער האָט זי פֿײַנט געקריגן; 17 און אָט מאַכט ער אַ בלבול, אַזױ צו זאָגן: איך האָב נישט געפֿונען בײַ דײַן טאָכטער קײן בתולים; און דאָס זײַנען די בתולים פֿון מײַן טאָכטער. און זײ זאָלן פֿונאַנדערשפּרײטן די דעקע פֿאַר די עלטסטע פֿון שטאָט. 18 און די עלטסטע פֿון יענער שטאָט זאָלן נעמען דעם מאַן און אים שטראָפֿן. 19 און זײ זאָלן אים קנַסען הונדערט זילבערשטיק, און געבן דעם פֿאָטער פֿון דער מײדל; װײַל ער האָט אַרױסגעלאָזן אַ שֶם-רַע אױף אַ יונגפֿרױ פֿון יִשׂרָאֵל. און זי זאָל אים בלײַבן פֿאַר אַ װײַב; ער קען זי נישט אַװעקשיקן אַלע זײַנע טעג.

20 אױב אָבער די דאָזיקע זאַך איז אמת, עס זײַנען נישט געפֿונען געװאָרן קײן בתולים בײַ דער מײדל, 21 זאָל מען אַרױספֿירן די מײדל צום אײַנגאַנג פֿון איר פֿאָטערס הױז, און די מענטשן פֿון איר שטאָט זאָלן זי פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער, און זי זאָל שטאַרבן; װײַל זי האָט געטאָן אַ נבֿלה אין יִשׂרָאֵל, מזנה צו זײַן אין איר פֿאָטערס הױז. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר.

22 אַז אַ מאַן װעט געפֿונען װערן ליגנדיק מיט אַ פֿרױ אַן אֵשֶת-איש, זאָלן זײ בײדע שטאַרבן, אי דער מאַן װאָס איז געלעגן מיט דער פֿרױ, אי די פֿרױ. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון יִשׂרָאֵל.

23 אַז אַ מײדל אַ יונגפֿרױ װעט זײַן פֿאַרקנַסט צו אַ מאַן, און אַ מאַן װעט זי טרעפֿן אין שטאָט, און װעט ליגן מיט איר, 24 זאָלט איר זײ בײדן אַרױספֿירן צום טױער פֿון יענער שטאָט, און איר זאָלט זײ פֿאַרװאַרפֿן מיט שטײנער, און זײ זאָלן שטאַרבן; די מײדל דערפֿאַר װאָס זי האָט נישט געשריען אין שטאָט, און דער מאַן, דערפֿאַר װאָס ער האָט געפּײַניקט זײַן חבֿרס װײַב. און זאָלסט אױסראַמען דאָס בײז פֿון צװישן דיר.

25 אױב אָבער דער מאַן װעט טרעפֿן די פֿאַרקנַסטע מײדל אין פֿעלד, און דער מאַן װעט זי אָנכאַפּן, און װעט ליגן מיט איר, זאָל בלױז שטאַרבן דער מאַן װאָס איז מיט איר געװען; 26 און דער מײדל זאָלסטו קײן זאַך נישט טאָן; נישטאָ אױף דער מײדל קײן טױטזינד; װאָרעם אַזױ װי אַ מאַן שטײט אױף קעגן זײַן חבֿר, און דערהרגעט אים אױף טױט, אַזױ איז די דאָזיקע זאַך. 27 װאָרעם אין פֿעלד האָט ער זי געטראָפֿן; די פֿאַרקנַסטע מײדל האָט געשריען, און נישט געװען װער זאָל איר העלפֿן.

28 אַז אַ מאַן װעט טרעפֿן אַ מײדל, אַ יונגפֿרױ װאָס איז נישט פֿאַרקנַסט, און ער װעט זי אָנכאַפּן, און װעט ליגן מיט איר, און זײ װעלן געפֿונען װערן, 29 זאָל דער מאַן װאָס איז געלעגן מיט איר, געבן דעם פֿאָטער פֿון דער מײדל פֿופֿציק זילבערשטיק, און זי זאָל אים װערן פֿאַר אַ װײַב, דערפֿאַר װאָס ער האָט זי געפּײַניקט; ער קען זי נישט אַװעקשיקן אַלע זײַנע טעג.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-