Publicidade

Deuteronômio 9

1 הער, יִשׂרָאֵל, דו גײסט הײַנט אַריבער דעם יַרדן צו קומען אַרבן אומות גרעסערע און שטאַרקערע פֿון דיר, שטעט גרױסע און באַפֿעסטיקטע ביז אין הימל, 2 אַ פֿאָלק גרױס און הױך, זין פֿון די עַנָקים, װאָס דו װײסט און װאָס דו האָסט געהערט: װער קען באַשטײן פֿאַר די זין פֿון עַנָק? 3 זאָלסטו װיסן זײַן הײַנט אַז ה׳ דײַן ג-ט, ער איז דער װאָס גײט אַריבער דיר פֿאַרױס, אַ פֿײַער װאָס פֿאַרצערט; ער װעט זײ פֿאַרטיליקן, און ער װעט זײ מאַכן אונטערטעניק פֿאַר דיר, און װעסט זײ פֿאַרטרײַבן, און װעסט זײ גיך אונטערברענגען, אַזױ װי ג-ט האָט דיר צוגעזאָגט. 4 זאָלסט נישט זאָגן אין דײַן האַרצן, װען ה׳ דײַן ג-ט װעט זײ אַרױסשטױסן פֿון פֿאַר דיר, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר מײַן גערעכטיקײט האָט מיך ג-ט געבראַכט צו אַרבן דאָס דאָזיקע לאַנד; װען פֿאַר דער שלעכטיקײט פֿון די דאָזיקע פֿעלקער פֿאַרטרײַבט זײ ג-ט פֿון פֿאַר דיר. 5 נישט פֿאַר דײַן גערעכטיקײט, און פֿאַר דער רעכטפֿאַרטיקײט פֿון דײַן האַרצן, קומסטו אַרבן זײער לאַנד, נײַערט פֿאַר דער שלעכטיקײט פֿון די דאָזיקע פֿעלקער פֿאַרטרײַבט זײ ה׳ דײַן ג-ט פֿון פֿאַר דיר; און כּדי מקײם צו זײַן דעם צוזאָג װאָס ג-ט האָט געשװאָרן צו דײַנע עלטערן, צו אבֿרהמען, צו יִצחָקן, און צו יעקבֿן. 6 און זאָלסט װיסן זײַן, אַז נישט פֿאַר דײַן גערעכטיקײט גיט דיר ה׳ דײַן ג-ט דאָס דאָזיקע גוטע לאַנד, עס צו אַרבן; װאָרעם אַ האַרטנעקיק פֿאָלק ביסטו.

7 געדענק, זאָלסט נישט פֿאַרגעסן, װי דו האָסט דערצערנט ה׳ דײַן ג-ט אין דער מדבר; פֿון דעם טאָג אָן װאָס דו ביסט אַרױסגעגאַנגען פֿון לאַנד מִצרַיִם, ביז אײַער קומען צו דעם דאָזיקן אָרט, זײַט איר װידערשפּעניקער געװען אַקעגן ג-ט. 8 אױך אין חוֹרֵבֿ האָט איר דערצערנט ה׳, און ג-ט איז געװאָרן אױפֿגעבראַכט אױף אײַך, אײַך צו פֿאַרטיליקן. 9 אַז איך בין אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן באַרג צו נעמען די שטײנערנע לוחות, די לוחות פֿון דעם ברית װאָס ה׳ האָט מיט אײַך געשלאָסן, בין איך געבליבן אױפֿן באַרג פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט; קײן ברױט האָב איך נישט געגעסן, און קײן װאַסער האָב איך נישט געטרונקען. 10 און ה׳ האָט מיר געגעבן די צװײ שטײנערנע לוחות געשריבן מיט ג-טס פֿינגער, און אױף זײ איז געװען אַזױ װי אַלע װערטער װאָס ה׳ האָט מיט אײַך גערעדט אױפֿן באַרג פֿון מיטן פֿײַער אין טאָג פֿון דער אײַנזאַמלונג. 11 און עס איז געװען צום סוף פֿון פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט, האָט מיר ה׳ געגעבן די צװײ שטײנערנע לוחות, די לוחות פֿון ברית. 12 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט: שטײ אױף, נידער אַראָפּ אױף גיך פֿון דאַנען, װאָרעם פֿאַרדאָרבן געװאָרן איז דײַן פֿאָלק װאָס דו האָסט אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם; זײ האָבן זיך גיך אָפּגעקערט פֿון דעם װעג װאָס איך האָב זײ באַפֿױלן; זײ האָבן זיך געמאַכט אַ געגאָסענעם געץ. 13 און ה׳ האָט צו מיר געזאָגט, אַזױ צו זאָגן: איך האָב געזען דאָס דאָזיקע פֿאָלק, ערשט אַ האַרטנעקיק פֿאָלק איז עס. 14 לאָז אָפּ פֿון מיר, און איך װעל זײ פֿאַרטיליקן, און װעל אָפּמעקן זײער נאָמען פֿון אונטערן הימל, און איך װעל דיך מאַכן פֿאַר אַ פֿאָלק שטאַרקער און גרעסער פֿון אים. 15 האָב איך זיך אומגעקערט און האָב אַראָפּגענידערט פֿון באַרג, און דער באַרג האָט געברענט אין פֿײַער; און די צװײ לוחות פֿון ברית זײַנען געװען אױף מײַנע בײדע הענט. 16 און איך האָב געזען, ערשט איר האָט געזינדיקט צו ה׳ אלוקיכם; איר האָט אײַך געמאַכט אַ געגאָסן קאַלב; איר האָט זיך גיך אָפּגעקערט פֿון דעם װעג װאָס ה׳ האָט אײַך באַפֿױלן. 17 האָב איך אָנגענומען די צװײ לוחות, און האָב זײ אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון מײַנע בײדע הענט, און האָב זײ צעבראָכן פֿאַר אײַערע אױגן. 18 און איך האָב מיך אַנידערגעװאָרפֿן פֿאַר ה׳, אַזױ װי דאָס ערשטע מאָל, פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט; קײן ברױט האָב איך נישט געגעסן, און קײן װאַסער האָב איך נישט געטרונקען; איבער אַל אײַער זינד װאָס איר האָט געזינדיקט, צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, אים צו דערצערענען; 19 װאָרעם איך האָב זיך געשראָקן פֿאַר דעם כּעס און דעם גרימצאָרן װאָס ה׳ האָט אױף אײַך געצערנט, אײַך צו פֿאַרטיליקן. און ה׳ האָט אױך דאָס מאָל צוגעהערט צו מיר.

20 אױך אױף אַהרֹנען איז ה׳ זײער אױפֿגעבראַכט געװאָרן, אים צו פֿאַרטיליקן, און איך האָב מתפּלל געװען אױך פֿאַר אַהרֹנען אין יענער שעה. 21 און אײַער זינד, דאָס קאַלב װאָס איר האָט געמאַכט, האָב איך גענומען, און האָב עס פֿאַרברענט אין פֿײַער, און האָב עס צעשטױסן, גוט צעמאָלן, ביז װאַנען עס איז געװען דין װי שטױב; און איך האָב אַרײַנגעװאָרפֿן זײַן שטױב אין דעם באַך װאָס נידערט אַראָפּ פֿון באַרג. – 22 אױך אין תַּבֿעֵרָה, און אין מַסָה, און אין קִבֿרוֹת-הַתַּאֲוָה, האָט איר דערצערנט ה׳. 23 און אַז ה׳ האָט אײַך געשיקט פֿון קָדֵש-ברנֵעַ, אַזױ צו זאָגן: גײט אַרױף און אַרבט דאָס לאַנד װאָס איך האָב אײַך געגעבן, האָט איר װידערשפּעניקט דעם מױל פֿון ה׳ אלוקיכם, און איר האָט אים נישט געגלױבט, און נישט צוגעהערט צו זײַן קֹול. 24 װידערשפּעניקער זײַט איר געװען אַקעגן ה׳ פֿון דעם טאָג װאָס איך קען אײַך. – 25 אַזױ האָב איך מיך אַנידערגעװאָרפֿן פֿאַר ה׳ די פֿערציק טעג און די פֿערציק נעכט װאָס איך האָב מיך אַנידערגעװאָרפֿן, װאָרעם ה׳ האָט גערעדט אײַך צו פֿאַרטיליקן. 26 און איך האָב מתפּלל געװען צו ה׳, און האָב געזאָגט: ה׳ דו אֲדֹנָי, זאָלסט נישט אומברענגען דײַן פֿאָלק און דײַן אַרב, װאָס דו האָסט אױסגעלײזט מיט דײַן גרױסקײט, װאָס דו האָסט אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם מיט אַ שטאַרקער האַנט. 27 געדענק דײַנע קנעכט, אבֿרהם, יִצחָק, און יעקבֿ; זאָלסט זיך נישט אומקוקן אױף דער האַרטקײט פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק, און אױף זײַן שלעכטיקײט, און אױף זײַן זינד; 28 כּדי דאָס לאַנד װאָס דו האָסט אונדז אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן, זאָל נישט זאָגן: װײַל ה׳ איז נישט ביכוֹלת זײ צו ברענגען אין דעם לאַנד װאָס ער האָט זײ צוגעזאָגט, און װײַל ער האָט זײ פֿײַנט, דערום האָט ער זײ אַרױסגעצױגן זײ צו טײטן אין דער מדבר. 29 און זײ זײַנען דאָך דײַן פֿאָלק און דײַן אַרב, װאָס דו האָסט אַרױסגעצױגן מיט דײַן גרױס שטאַרקײט און מיט דײַן אױסגעשטרעקטן אָרעם.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-