Publicidade

Deuteronômio 14

1 קינדער זײַט איר צו ה׳ אלוקיכם; איר זאָלט אײַך נישט אײַנשנײַדן, און נישט מאַכן אַ פּליך צװישן אײַערע אױגן, נאָך אַ טױטן. 2 װאָרעם אַ הײליק פֿאָלק ביסטו בײַ ה׳ דײַן ג-ט, און דיך האָט ג-ט אױסדערװײלט אים צו זײַן פֿאַר אַן אײגן פֿאָלק, פֿון אַלע פֿעלקער װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד.

3 זאָלסט נישט עסן קײן אומװערדיקײט. 4 דאָס זײַנען די בהמות װאָס איר מעגט עסן: אַן אָקס, אַ שעפּס, און אַ ציג, 5 אַ הינד, און אַ הירש, און אַ דאַמהירש, און אַ שטײנבאָק, און אַ גאַזעל, און אַ װילדציג, און אַ באַרגשעפּס. 6 און איטלעכע בהמה װאָס איז באַקלױט מיט קלױען, און זײ זײַנען בײַ איר צעשפּאָלטן אױף צװײ קלױען, װאָס איז מַעֲלֵה-גֵרֶה צװישן בהמות, זי מעגט איר עסן.

7 אָבער די דאָזיקע טאָרט איר נישט עסן פֿון די װאָס זײַנען מַעֲלֵה-גֵרֶה, און פֿון די װאָס זײַנען באַקלױט מיט צעשפּאָלטענע קלױען: דעם קעמל, און דעם האָז, און דעם קיניגל, װײַל מַעֲלֵה-גֵרֶה זײַנען זײ, אָבער מיט קלױען זײַנען זײ נישט באַקלױט; זײ זײַנען אומרײן פֿאַר אײַך. 8 און דעם חזיר, װײַל באַקלױט מיט קלױען איז ער, אָבער נישט מַעֲלֵה-גֵרֶה; ער איז אומרײן פֿאַר אײַך. פֿון זײער פֿלײש טאָרט איר נישט עסן, און אָן זײער *נבֿלה טאָרט איר זיך נישט אָנרירן.

9 די דאָזיקע מעגט איר עסן פֿון אַלץ װאָס אין װאַסער: אַלץ װאָס האָט פֿלוספֿעדערן און שופּן מעגט איר עסן; 10 און אַלץ װאָס האָט נישט פֿלוספֿעדערן און שופּן טאָרט איר נישט עסן; דאָס איז אומרײן פֿאַר אײַך.

11 יעטװעדער רײנעם עוף מעגט איר עסן. 12 און דאָס זײַנען די װאָס איר טאָרט פֿון זײ נישט עסן: דער אָדלער, און דער בײנברעכער, און דער שװאַרצאָדלער; 13 און די װײ, און דער פֿאַלקפֿױגל, און דער האַביך לױט זײַנע מינים; 14 און יעטװעדער ראָב לױט זײַנע מינים;

15 און דער שטרױספֿױגל, און דער נאַכטשפּאַרבער, און דער ים-פֿױגל, און דער שפּאַרבער לױט זײַנע מינים; 16 די אײַל, און די שטאָקאײַל, און דער אוהו; 17 און דער פּעליקאַן, און דער גײַער, און דער פֿישפֿרעסער; 18 און דער שטאָרך, און דער בושל לױט זײַנע מינים, און דער אױערהאָן, און די פֿלעדערמױז. 19 און יעטװעדער געפֿליגלטע װידמענונג איז אומרײן פֿאַר אײַך; זײ טאָרן נישט געגעסן װערן. 20 יעטװעדער רײנעם עוף מעגט איר עסן.

21 איר זאָלט נישט עסן קײן *נבֿלה; דעם אײַנגעװאַנדערטן װאָס אין דײַנע טױערן מעגסטו עס אַװעקגעבן, ער זאָל עס עסן; אָדער פֿאַרקױפֿן צו אַ פֿרעמדן; װאָרעם אַ הײליק פֿאָלק ביסטו בײַ ה׳ דײַן ג-ט. זאָלסט נישט קאָכן אַ ציקעלע אין זײַן מוטערס מילך.

22 מעשׂרן זאָלסטו מעשׂרן דעם גאַנצן אײַנטראָג פֿון דײַן זריעה, װאָס קומט אַרױס פֿון דײַן פֿעלד יאָריערלעך. 23 און זאָלסט עסן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט, אין דעם אָרט װאָס ער װעט אױסדערװײלן צו מאַכן רוען זײַן נאָמען דאָרטן, דעם מעשׂר פֿון דײַן תּבֿואה, פֿון דײַן װײַן, און פֿון דײַן אײל, און די ערשטלינגען פֿון דײַנע רינדער און דײַנע שאָף, כּדי זאָלסט לערנען מורא צו האָבן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט אַלע טעג. 24 און אױב דער װעג װעט זײַן צו פֿיל פֿאַר דיר, אױב דו װעסט עס נישט קענען אַװעקטראָגן, װײַל דער אָרט װאָס ה׳ דײַן ג-ט װעט אים אױסדערװײלן צו טאָן זײַן נאָמען דאָרטן, װעט זײַן צו װײַט פֿאַר דיר, אַז ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך בענטשן, 25 זאָלסטו עס מאַכן צו געלט, און נעמען דאָס געלט אײַנגעבונדן אין דײַן האַנט, און גײן צו דעם אָרט װאָס ה׳ דײַן ג-ט װעט אים אױסדערװײלן;

26 און זאָלסט אױסגעבן דאָס געלט אױף אַלץ װאָס דײַן האַרץ װעט געלוסטן, אױף רינדער און אױף שאָף און אױף װײַן און אױף געטראַנק, און אױף אַלץ װאָס דײַן האַרץ פֿאַרלאַנגט דיר; און זאָלסט דאָרטן עסן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט, און זיך פֿרײען, דו און דײַן הױזגעזינט. 27 און דעם לֵוִי װאָס אין דײַנע טױערן, אים זאָלסטו נישט פֿאַרלאָזן, װאָרעם ער האָט נישט קײן חלק און קײן נחלה בײַ דיר.

28 צום סוף פֿון אַלע דרײַ יאָר – אין יענעם יאָר זאָלסטו אַרױסטראָגן דעם גאַנצן מעשׂר פֿון דײַן תּבֿואה, און אַװעקלײגן אין דײַנע טױערן. 29 און עס זאָל קומען דער לֵוִי, װײַל ער האָט נישט קײן חלק און קײן נחלה בײַ דיר, און דער פֿרעמדער, און דער יתום, און די אַלמנה, װאָס אין דײַנע טױערן, און זײ זאָלן עסן און זאַט זײַן, כּדי ה׳ דײַן ג-ט זאָל דיך בענטשן אין יעטװעדער טואונג פֿון דײַן האַנט װאָס דו װעסט טאָן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-