1 און משה איז אַרױפֿגעגאַנגען פֿון די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ צום באַרג נבֿוֹ, אױפֿן שפּיץ פּסגָה װאָס אַקעגן יריחוֹ; און ה׳ האָט אים געװיזן דאָס גאַנצע לאַנד — גִלעָד ביז דָן, 2 און גאַנץ נַפֿתָּלי, און דאָס לאַנד אפֿרים און מנַשֶה, און דאָס גאַנצע לאַנד יהוּדה ביז דעם הינטערשטן ים, 3 און דעם דָרום, און די פֿלאַכלאַנד, דאָס הײסט, דעם טאָל פֿון יריחוֹ, דער שטאָט פֿון טײטלבײמער, ביז צוֹעַר. 4 און ה׳ האָט צו אים געזאָגט: דאָס איז דאָס לאַנד װאָס איך האָב געשװאָרן צו אבֿרהמען, צו יִצחָקן, און צו יעקבֿן, אַזױ צו זאָגן: צו דײַן זאָמען װעל איך עס געבן. איך האָב דיך געלאָזט זען מיט דײַנע אױגן, אָבער אַהין אַריבערקומען װעסטו נישט.
5 און משה דער קנעכט פֿון ה׳ איז דאָרטן געשטאָרבן, אין לאַנד מוֹאָבֿ, לױט דעם מױל פֿון ה׳. 6 און מע האָט אים באַגראָבן אין טאָל, אין לאַנד מוֹאָבֿ, אַקעגן בֵית-פּעוֹר; און קײן מענטש װײס נישט זײַן קבֿר ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
7 און משה איז געװען הונדערט און צװאַנציק יאָר אַלט, װען ער איז געשטאָרבן; זײַן אױג איז נישט געװען טונקל, און זײַן פֿרישקײט איז נישט אַװעק.
8 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן באַװײנט משהן אין די פּלױנען פֿון מוֹאָבֿ דרײַסיק טעג, ביז די טעג פֿון טרױערגעװײן נאָך משהן האָבן זיך געענדיקט.
9 און יְהוֹשועַ דער זון פֿון נון איז געװען פֿול מיט דעם גײַסט פֿון חכמה, װײַל משה האָט אָנגעלענט אױף אים זײַנע הענט; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן זיך צוגעהערט צו אים, און האָבן געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט באַפֿױלן משהן.
10 און עס איז נישט אױפֿגעשטאַנען אין יִשׂרָאֵל נאָך אַזאַ נבֿיא װי משה, װאָס ה׳ האָט זיך דערקענט צו אים פּנים אֶל פּנים; 11 אין אַלע צײכנס און װוּנדער װאָס ה׳ האָט אים געשיקט טאָן אין לאַנד מִצרַיִם, צו פַּרעהן, און צו אַלע זײַנע קנעכט, און צו זײַן גאַנצן לאַנד;
12 און אין אַל דער שטאַרקער האַנט, און אין אַל דער גרױסער פֿאָרכטיקײט, װאָס משה האָט באַװיזן פֿאַר די אױגן פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל.