1 און אַצונד, יִשׂרָאֵל, הער צו די חוקים און די געזעצן װאָס איך לערן דיך צו טאָן, כּדי איר זאָלט לעבן, און קומען און אַרבן דאָס לאַנד װאָס ה׳ דער ג-ט פֿון אײַערע עלטערן גיט אײַך. 2 איר זאָלט נישט צולײגן צו דעם װאָרט װאָס איך געביט אײַך, און איר זאָלט נישט מינערן דערפֿון, כּדי צו היטן די געבאָט פֿון ה׳ אלוקיכם, װאָס איך געביט אײַך. 3 אײַערע אױגן האָבן געזען װאָס ג-ט האָט געטאָן אין בַעַל-פּעוֹר, אַז יעטװעדער מאַן װאָס איז געגאַנגען נאָך דעם בַעַל פֿון פּעוֹר, האָט אים ה׳ דײַן ג-ט פֿאַרטיליקט פֿון צװישן דיר. 4 און איר, װאָס זײַט באַהעפֿט אָן ה׳ אלוקיכם, לעבט הײַנט אַלע.
5 זע, איך האָב אײַך געלערנט חוקים און געזעצן, אַזױ װי ה׳ מײַן ג-ט האָט מיר באַפֿױלן, אױף צו טאָן אַזױ אין דעם לאַנד װאָס איר קומט אַהין, עס צו אַרבן. 6 זאָלט איר זײ היטן און טאָן, װאָרעם דאָס איז אײַער קלוגשאַפֿט און אײַער פֿאַרשטאַנדיקײט אין די אױגן פֿון די אומות, װאָס אַז זײ װעלן הערן אַלע די דאָזיקע געזעצן, װעלן זײ זאָגן: פֿאַר װאָר, אַ קלוגע און פֿאַרשטאַנדיקע אומה איז דאָס דאָזיקע גרױסע פֿאָלק. 7 װאָרעם װאָסער גרױס פֿאָלק איז פֿאַראַן, װאָס האָט אַ ג-ט נאָנט צו אים אַזױ װי ה׳ אלוקינו, װען נאָר מיר רופֿן צו אים? 8 און װאָסער גרױס פֿאָלק איז פֿאַראַן, װאָס האָט חוקים און געזעצן גערעכטע אַזױ װי די דאָזיקע גאַנצע תּורה, װאָס איך לײג פֿאַר אײַך הײַנטיקן טאָג? 9 נאָר זײַ דיר אָפּגעהיט און היט זײער דײַן זעל, זאָלסט נישט פֿאַרגעסן די זאַכן װאָס דײַנע אױגן האָבן געזען, און זײ זאָלן נישט אָפּגעטאָן װערן פֿון דײַן האַרצן אַלע טעג פֿון דײַן לעבן, און זאָלסט זײ מאַכן װיסן דײַנע קינדער און דײַנע קינדס-קינדער; 10 דעם טאָג װאָס דו ביסט געשטאַנען פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט אין חוֹרֵבֿ, װען ג-ט האָט צו מיר געזאָגט: זאַמל אײַן צו מיר דאָס פֿאָלק, און איך װעל זײ לאָזן הערן מײַנע װערטער, כּדי זײ זאָלן לערנען מורא צו האָבן פֿאַר מיר אַלע טעג װאָס זײ לעבן אױף דער ערד, און אױך זײערע קינדער זאָלן זײ לערנען. 11 און איר האָט גענענט, און האָט זיך געשטעלט אונטערן באַרג, און דער באַרג האָט געברענט מיט פֿײַער ביזן האַרצן פֿון הימל, מיט פֿינצטערניש, װאָלקן, און נעבל. 12 און ה׳ האָט צו אײַך גערעדט פֿון מיטן פֿײַער; אַ קֹול פֿון װערטער האָט איר געהערט, אָבער אַ געשטאַלט האָט איר נישט געזען; בלױז אַ קֹול. 13 און ער האָט אײַך אָנגעזאָגט זײַן ברית װאָס ער האָט אײַך באַפֿױלן צו טאָן – די צען געבאָט; און ער האָט זײ אױפֿגעשריבן אױף צװײ שטײנערנע לוחות. 14 און מיר האָט ה׳ באַפֿױלן אין יענער צײַט אײַך צו לערנען חוקים און געזעצן, כּדי איר זאָלט זײ טאָן אין דעם לאַנד װאָס איר גײט אַריבער אַהין, עס צו אַרבן. 15 דערום זאָלט איר זײער היטן אײַער זעל – װאָרעם איר האָט נישט געזען קײן געשטאַלט אין דעם טאָג װאָס ה׳ האָט גערעדט צו אײַך אין חוֹרֵבֿ פֿון מיטן פֿײַער – 16 אַז איר זאָלט נישט פֿאַרדאָרבן װערן און אײַך מאַכן אַ געשניץ, די גלײַכעניש פֿון אַ שום בילד, די געשטאַלט פֿון אַ זָכר אָדער אַ נקבֿה, 17 די געשטאַלט פֿון אַ שום בהמה װאָס אױף דער ערד, די געשטאַלט פֿון אַ שום געפֿליגלטן פֿױגל װאָס פֿליט אין הימל, 18 די געשטאַלט פֿון װאָס נאָר עס קריכט אױף דער ערד, די געשטאַלט פֿון אַ שום פֿיש װאָס אין װאַסער אונטער דער ערד. 19 און אַז דו װעסט אױפֿהײבן דײַנע אױגן צום הימל, און זען די זון און די לִבֿנָה און די שטערן, דעם גאַנצן חיל פֿון הימל, זאָלסטו נישט אַראָפּגעפֿירט װערן, און זיך בוקן צו זײ, און דינען זײ, װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט זײ צוגעטײלט צו אַלע פֿעלקער אונטערן גאַנצן הימל. 20 אָבער אײַך האָט ה׳ גענומען, און אײַך אַרױסגעצױגן פֿון דעם אײַזנשמעלצאױװן, פֿון מִצרַיִם, אים צו זײַן פֿאַר אַן אַרבפֿאָלק, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 21 און ג-ט האָט געצערנט אױף מיר פֿון אײַערטװעגן, און ער האָט געשװאָרן אַז איך זאָל נישט אַריבערגײן דעם יַרדן, און נישט קומען אין דעם גוטן לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה. 22 װאָרעם איך שטאַרב אין דעם היגן לאַנד; איך גײ נישט אַריבער דעם יַרדן, אָבער איר װעט אַריבערגײן, און װעט אַרבן דאָס דאָזיקע גוטע לאַנד. 23 היט אײַך, איר זאָלט נישט פֿאַרגעסן דעם ברית פֿון ה׳ אלוקיכם, װאָס ער האָט געשלאָסן מיט אײַך, און אײַך מאַכן אַ געשניץ, די געשטאַלט פֿון װאָס עס איז, װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט דיר פֿאַרװערט.
24 װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט איז אַ פֿײַער װאָס פֿאַרצערט, אַן אֵל קַנָּא.
25 אַז דו װעסט געבערן קינדער און קינדס-קינדער, און איר װעט זיך עלטערן אין לאַנד, און איר װעט פֿאַרדאָרבן װערן, און װעט מאַכן אַ געשניץ, אַ געשטאַלט פֿון װאָס עס איז, און איר װעט טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳ דײַן ג-ט, אים צו דערצערענען, 26 מאַך איך הײַנט הימל און ערד עדות קעגן אײַך, אַז אונטערגײן װעט איר גיך אונטערגײן פֿון דעם לאַנד װאָס איר גײט אַריבער דעם יַרדן אַהין, עס צו אַרבן; איר װעט נישט מַאֲריך-ימים זײַן דרינען, נײַערט פֿאַרטיליקט װעט איר פֿאַרטיליקט װערן. 27 און ה׳ װעט אײַך צעשפּרײטן צװישן די אומות, און איר װעט בלײַבן געצײלטע מענטשן צװישן די פֿעלקער, װאָס ה׳ װעט אײַך אַהין אַװעקפֿירן.
28 און איר װעט דאָרטן דינען ג‑טער געמאַכט פֿון אַ מענטשנס הענט, האָלץ און שטײן, װאָס נישט זײ זעען, און נישט זײ הערן, און נישט זײ עסן, און נישט זײ שמעקן. 29 און איר װעט זוכן פֿון דאָרטן ה׳ אלוקיכם; און װעסט אים געפֿינען, אַז דו װעסט אים זוכן מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל. 30 אַז דיך װעט צודריקן, און דיך װעלן טרעפֿן אַלע די דאָזיקע זאַכן, אין סוף פֿון די טעג, װעסטו זיך אומקערן צו ה׳ דײַן ג-ט, און װעסט צוהערן צו זײַן קֹול. 31 װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט איז אַ דערבאַרעמדיקער אֵל; ער װעט דיך נישט פֿאַרלאָזן און דיך נישט אומברענגען, און ער װעט נישט פֿאַרגעסן דעם ברית מיט דײַנע עלטערן, װאָס ער האָט זײ געשװאָרן.
32 װאָרעם פֿרעג אַקאָרשט נאָך אױף די פֿריִערדיקע טעג װאָס זײַנען געװען פֿאַר דיר, פֿון זינט דעם טאָג װאָס אלֹקים האָט באַשאַפֿן אַ מענטשן אױף דער ערד, און פֿון עק הימל ביז עק הימל, אױב עס איז װען געשען אַזױ װי די דאָזיקע גרױסע זאַך, אָדער אױב אַזױ-װאָס איז געהערט געװאָרן? 33 אױב אַ פֿאָלק האָט געהערט דעם קֹול פֿון אלֹקים רעדן פֿון מיטן פֿײַער, אַזױ װי דו האָסט געהערט און איז געבליבן לעבן? 34 אָדער אױב אַ ג-ט האָט געפּרוּװט אַרױסנעמען פֿאַר זיך אַ פֿאָלק פֿון צװישן אַן אַנדער פֿאָלק, מיט פּרוװוּנגען, מיט צײכנס, און מיט װוּנדער, און מיט מלחמה, און מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט גרױסע שרעקן, אַזױ װי אַלץ װאָס ה׳ אלוקיכם האָט געטאָן פֿון אײַערטװעגן אין מִצרַיִם פֿאַר דײַנע אױגן? 35 דיר איז עס באַװיזן געװאָרן, כּדי זאָלסט װיסן אַז ה׳, ער איז האלֹקים; און אַחוּץ איז נישט דאָ קײן אלֹקים. 36 פֿון הימל האָט ער דיך געלאָזט הערן זײַן קֹול, כּדי דיך צו לערנען, און אױף דער ערד האָט ער דיר באַװיזן זײַן גרױס פֿײַער, און זײַנע װערטער האָסטו געהערט פֿון מיטן פֿײַער. 37 און דערפֿאַר װאָס ער האָט ליב געהאַט דײַנע עלטערן, האָט ער אױסדערװײלט זײער זאָמען נאָך זײ, און האָט דיך אַרױסגעצױגן מיט זײַן אָנגעזיכט, מיט זײַן גרױס שטאַרקײט, פֿון מִצרַיִם, 38 צו פֿאַרטרײַבן פֿון פֿאַר דיר פֿעלקער גרעסער און מאַכטיקער פֿון דיר, דיך צו ברענגען כּדי דיר צו געבן זײער לאַנד פֿאַר אַ נחלה, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 39 און זאָלסט װיסן הײַנט, און אַרײַננעמען אין דײַן האַרצן, אַז ה׳, ער איז האלֹקים אין הימל אױבן, און אױף דער ערד אונטן; מער איז נישטאָ. 40 און זאָלסט היטן זײַנע געזעצן און זײַנע געבאָט, װאָס איך געביט דיר הײַנט, כּדי עס זאָל גוט זײַן דיר און דײַנע קינדער נאָך דיר, און כּדי זאָלסט מַאֲריך-ימים זײַן אױף דער ערד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, שטענדיק.
41 דענצמאָל האָט משה אָפּגעשײדט דרײַ שטעט אױף יענער זײַט יַרדן צו זונאױפֿגאַנג, 42 אױף צו אַנטלױפֿן אַהין, פֿאַר דעם טױטשלעגער װאָס הרגעט זײַן חבֿר אָן אַ כּיװן, און ער איז אים נישט געװען אַ שׂונא פֿון נעכטן-אײערנעכטן; אַז װען ער װעט אַנטלױפֿן אין אײנער פֿון די דאָזיקע שטעט, זאָל ער בלײַבן לעבן: 43 בֶצֶר אין מדבר, אין דעם פֿלאַכלאַנד, פֿאַר די ראובֿנים, און ראָמוֹת אין גִלעָד, פֿאַר די גָדים, און גוֹלָן אין בָשָן, פֿאַר די מנַשים.
44 און דאָס איז די תּורה װאָס משה האָט געלײגט פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל; 45 דאָס זײַנען די צײגנים און די חוקים און די געזעצן װאָס משה האָט גערעדט צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, װען זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם; 46 אױף יענער זײַט יַרדן, אין טאָל אַקעגן בֵית-פּעוֹר, אין לאַנד פֿון סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, װאָס איז געזעסן אין חֶשבוֹן, דעם װאָס משה און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשלאָגן, װען זײ זײַנען אַרױסגעגאַנגען פֿון מִצרַיִם; 47 און זײ האָבן געאַרבט זײַן לאַנד, און דאָס לאַנד פֿון עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן – די צװײ מלכים פֿון אֶמוֹרי װאָס אױף יענער זײַט יַרדן צו זונאױפֿגאַנג;
48 פֿון עַרוֹעֵר װאָס בײַם ברעג טאָל אַרנוֹן, און ביזן באַרג שׂיאוֹן – דאָס איז חֶרמוֹן – 49 און דעם גאַנצן פּלױן פֿון יענער זײַט יַרדן צו מזרח, און ביז דעם ים פֿון פּלױן, אונטער די אַראָפּגאַנגען פֿון פּסגָה.