1 און דאָס איז דאָס געבאָט, די חוקים, און די געזעצן, װאָס ה׳ אלוקיכם האָט באַפֿױלן אײַך צו לערנען, אױף צו טאָן אין דעם לאַנד װאָס איר גײט אַריבער אַהין, עס צו אַרבן; 2 כּדי זאָלסט מורא האָבן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט, צו היטן אַלע זײַנע געזעצן און זײַנע געבאָט װאָס איך געביט דיר, דו, און דײַן זון, און דײַן זונס זון, אַלע טעג פֿון דײַן לעבן, און כּדי דײַנע טעג זאָלן זיך לענגערן. 3 און זאָלסט הערן, יִשׂרָאֵל, און היטן צו טאָן, כּדי דיר זאָל גוט זײַן, און כּדי איר זאָלט אײַך מערן זײער, אַזױ װי ה׳ דער ג-ט פֿון דײַנע עלטערן האָט דיר צוגעזאָגט – אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק.
4 הער, יִשׂרָאֵל: ה׳ אלוקינו, ה׳ איז אֶחָד. 5 און זאָלסט ליב האָבן ה׳ דײַן ג-ט מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל, און מיט דײַן גאַנצן כּוֹח. 6 און די דאָזיקע װערטער װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט, זאָלן זײַן אין דײַן האַרצן; 7 און זאָלסט זײ אײַנשאַרפֿן דײַנע קינדער, און זאָלסט רעדן פֿון זײ װען דו זיצסט אין דײַן הױז, און װען דו גײסט אין װעג, און װען דו לײגסט זיך, און װען דו שטײסט אױף. 8 און זאָלסט זײ אָנבינדן פֿאַר אַ צײכן אױף דײַן האַנט, און זײ זאָלן זײַן פֿאַר אַ קאָפּ-ציערונג צװישן דײַנע אױגן. 9 און זאָלסט זײ אױפֿשרײַבן אױף די בײַשטידלעך פֿון דײַן הױז, און אױף דײַנע טױערן.
10 און עס װעט זײַן, אַז ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך ברענגען אין דעם לאַנד װאָס ער האָט געשװאָרן צו דײַנע עלטערן, צו אבֿרהמען, צו יִצחָקן, און צו יעקבֿן, דיר צו געבן – גרױסע און שײנע שטעט, װאָס דו האָסט נישט געבױט, 11 און הײַזער פֿול מיט כָּל-טובֿ, װאָס דו האָסט נישט אָנגעפֿילט, און אױסגעהאַקטע ברונעמער, װאָס דו האָסט נישט אױסגעהאַקט, װײַנגערטנער און אײלבערטגערטנער, װאָס דו האָסט נישט געפֿלאַנצט, און דו װעסט עסן און זאַט זײַן, 12 היט דיך, זאָלסט נישט פֿאַרגעסן אָן ה׳, װאָס האָט דיך אַרױסגעצױגן פֿון לאַנד מִצרַיִם, פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט. 13 פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט זאָלסטו מורא האָבן, און אים זאָלסטו דינען, און בײַ זײַן נאָמען זאָלסטו שװערן. 14 איר זאָלט נישט גײן נאָך פֿרעמדע ג‑טער, פֿון די ג‑טער פֿון די פֿעלקער װאָס אַרום אײַך; 15 װאָרעם אַן אֵל קַנֹּוא איז ה׳ דײַן ג-ט צװישן דיר; טאָמער װעט גרימען דער צאָרן פֿון ה׳ דײַן ג-ט אױף דיר, און ער װעט דיך פֿאַרטיליקן פֿון דעם געזיכט פֿון דער ערד.
16 איר זאָלט נישט פּרוּװן ה׳ אלוקיכם, אַזױ װי איר האָט אים געפּרוּװט אין מַסָה. 17 היטן זאָלט איר היטן די געבאָט פֿון ה׳ אלוקיכם, און זײַנע אָנזאָגן און זײַנע צײגנים, װאָס ער האָט דיר באַפֿױלן. 18 און זאָלסט טאָן װאָס איז רעכטפֿאַרטיק און גוט אין די אױגן פֿון ה׳, כּדי דיר זאָל גוט זײַן, און זאָלסט קומען און אַרבן דאָס גוטע לאַנד װאָס ה׳ האָט צוגעשװאָרן דײַנע עלטערן, 19 אַרױסשטױסנדיק אַלע דײַנע פֿײַנט פֿון פֿאַר דיר, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט.
20 אַז דײַן זון װעט דיך שפּעטער אַהין פֿרעגן, אַזױ צו זאָגן: װאָס זײַנען דאָס פֿאַר צײגנים און חוקים און געזעצן, װאָס ה׳ אלוקינו האָט אײַך באַפֿױלן? 21 זאָלסטו זאָגן צו דײַן זון: קנעכט זײַנען מיר געװען בײַ פַּרעהן אין מִצרַיִם, און ה׳ האָט אונדז אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם מיט אַ שטאַרקער האַנט. 22 און ה׳ האָט געטאָן צײכנס און גרױסע און בײזע װוּנדער אין מִצרַיִם, אױף פַּרעהן און אױף זײַן גאַנצן הױז, פֿאַר אונדזערע אױגן. 23 און אונדז האָט ער אַרױסגעצױגן פֿון דאָרטן, כּדי אונדז צו ברענגען, אונדז צו געבן דאָס לאַנד װאָס ער האָט צוגעשװאָרן אונדזערע עלטערן. 24 און ג-ט האָט אונדז באַפֿױלן צו טאָן אַלע די דאָזיקע געזעצן, מורא צו האָבן פֿאַר ה׳ אלוקינו, כּדי אונדז זאָל גוט זײַן אַלע טעג, כּדי אונדז צו לאָזן לעבן, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 25 און אַ גערעכטיקײט װעט עס זײַן פֿון אונדז פֿאַר ה׳ אלוקינו, אױב מיר װעלן היטן צו טאָן אַל דאָס דאָזיקע געבאָט, אַזױ װי ער האָט אונדז געבאָטן.