Publicidade

Deuteronômio 27

1 און משה און די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל האָבן באַפֿױלן דעם פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: היט אַלע געבאָט װאָס איך געביט אײַך הײַנט. 2 און עס װעט זײַן, אין דעם טאָג װאָס איר װעט אַריבערגײן דעם יַרדן צו דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, זאָלסטו דיר אױפֿשטעלן גרױסע שטײנער, און זײ באַקאַלכן מיט קאַלך. 3 און זאָלסט אױפֿשרײַבן אױף זײ אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּורה, אַז דו װעסט אַריבערגײן; כּדי זאָלסט קומען אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק, אַזױ װי ה׳ דער ג-ט פֿון דײַנע עלטערן האָט דיר צוגעזאָגט. 4 און עס װעט זײַן, װי איר גײט אַריבער דעם יַרדן, זאָלט איר אױפֿשטעלן די דאָזיקע שטײנער װאָס איך באַפֿעל אײַך הײַנט, אױף דעם באַרג עֵיבֿל, און זאָלסט זײ באַקאַלכן מיט קאַלך. 5 און זאָלסט דאָרטן בױען אַ מזבח צו ה׳ דײַן ג-ט, אַ מזבח פֿון שטײנער; זאָלסט נישט אױפֿהײבן אױף זײ אַן אײַזן. 6 פֿון גאַנצע שטײנער זאָלסטו בױען דעם מזבח פֿון ה׳ דײַן ג-ט; און זאָלסט אױפֿברענגען אױף אים בראַנדאָפּפֿער צו ג-ט דײַן האַר. 7 און זאָלסט שלאַכטן פֿרידאָפּפֿער און עסן דאָרטן, און זיך פֿרײען פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט. 8 און זאָלסט אױפֿשרײַבן אױף די שטײנער אַלע װערטער פֿון דער דאָזיקער תּורה זײער קלאָר.

9 און משה און די כּהנים פֿון שבֿט לֵוִי האָבן גערעדט צו גאַנץ יִשׂרָאֵל, אַזױ צו זאָגן: זײַ שטיל און הער, יִשׂרָאֵל: הײַנטיקן טאָג ביסטו געװאָרן פֿאַר אַ פֿאָלק צו ה׳ דײַן ג-ט. 10 דערום זאָלסטו צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ דײַן ג-ט, און טאָן זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן װאָס איך געביט דיר הײַנט.

11 און משה האָט באַפֿױלן דעם פֿאָלק אין יענעם טאָג, אַזױ צו זאָגן:

12 די דאָזיקע זאָלן שטײן אױפֿן באַרג גרִזים צו בענטשן דאָס פֿאָלק, װען איר גײט אַריבער דעם יַרדן: שמעון, און לֵוִי, און יהוּדה, און יִשׂשָׂכָר, און יוֹסף, און בנימין. 13 און די דאָזיקע זאָלן שטײן אױפֿן באַרג עֵיבֿל פֿאַר דער קללה: ראובֿן, גָד, און אָשֵר, און זבֿולון, דָן, און נַפֿתָּלי. 14 און די לוִיִים זאָלן אױסרופֿן און זאָגן צו אַלע מענער פֿון יִשׂרָאֵל אױף אַ הױכן קֹול:

15 פֿאַרשאָלטן דער מאַן, װאָס װעט מאַכן אַ געשניצט אָדער געגאָסן בילד, אַן אומװערדיקײט צו ה׳, דאָס װערק פֿון אַ מײַנסטערס הענט, און אױפֿשטעלן אין פֿאַרבאָרגעניש!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זיך אָפּרופֿן און זאָגן: אָמן!

16 פֿאַרשאָלטן דער װאָס איז מבֿזה זײַן פֿאָטער אָדער זײַן מוטער!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

17 פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַררוקט דעם גרענעץ פֿון זײַן חבֿר!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

18 פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַרפֿירט אַ בלינדן אין װעג!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

19 פֿאַרשאָלטן דער װאָס פֿאַרדרײט דעם משפּט פֿון אַ פֿרעמדן, אַ יתום, און אַן אַלמנה!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

20 פֿאַרשאָלטן דער װאָס ליגט מיט זײַן פֿאָטערס װײַב, װאָרעם ער האָט אַנטפּלעקט זײַן פֿאָטערס צודעק!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

21 פֿאַרשאָלטן דער װאָס ליגט מיט װאָסער עס איז בהמה!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

22 פֿאַרשאָלטן דער װאָס ליגט מיט זײַן שװעסטער, זײַן פֿאָטערס טאָכטער, אָדער זײַן מוטערס טאָכטער!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

23 פֿאַרשאָלטן דער װאָס ליגט מיט זײַן שװיגער!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

24 פֿאַרשאָלטן דער װאָס שלאָגט זײַן חבֿר אין פֿאַרבאָרגעניש!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

25 פֿאַרשאָלטן דער װאָס נעמט שוחד צו דערשלאָגן אַ נפֿש, אומשולדיק בלוט!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

26 פֿאַרשאָלטן דער װאָס װעט נישט מקײם זײַן די װערטער פֿון דער דאָזיקער תּורה, זײ צו טאָן!

און דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָל זאָגן: אָמן!

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-