Publicidade

Deuteronômio 18

1 די כּהנים פֿון לֵוִי, דער גאַנצער שבֿט לֵוִי, זאָלן נישט האָבן קײן חלק און קײן נחלה אין יִשׂרָאֵל; די פֿײַעראָפּפֿער פֿון ה׳ און זײַן נחלה זאָלן זײ עסן. 2 און זײ זאָלן נישט האָבן קײן נחלה צװישן זײערע ברידער; ה׳ איז זײער נחלה, אַזױ װי ער האָט צו זײ גערעדט.

3 און דאָס זאָל זײַן דאָס רעכט פֿון די כּהנים, פֿון דעם פֿאָלק, פֿון די װאָס שלאַכטן אַ שלאַכטאָפּפֿער; סײַ אַן אָקס, סײַ אַ שעפּס, זאָל מען געבן דעם כּהן די שולטער, און די קינבאַקן, און דעם מאָגן. 4 דאָס ערשטע פֿון דײַן תּבֿואה, פֿון דײַן װײַן, און פֿון דײַן אײל, און דאָס ערשטע פֿון דער שערונג פֿון דײַנע שאָף, זאָלסטו אים געבן.

5 װאָרעם אים האָט ה׳ דײַן ג-ט אױסדערװײלט פֿון אַלע דײַנע שבֿטים, צו שטײן צו דינען אין נאָמען פֿון ג-ט, ער און זײַנע קינדער אַלע טעג.

6 און אַז אַ לֵוִי װיל קומען פֿון אײנעם פֿון דײַנע טױערן פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, װאָס ער װױנט דאָרטן, זאָל ער קומען װיפֿל זײַן האַרץ געלוסט, צו דעם אָרט װאָס ה׳ װעט אױסדערװײלן. 7 און ער זאָל דינען אין נאָמען פֿון ה׳ זײַן ג-ט אַזױ װי אַלע זײַנע ברידער די לוִיִים װאָס שטײען דאָרטן פֿאַר ג-ט. 8 גלײַכע חלקים זאָלן זײ עסן, אַחוץ װאָס אים װערט געגעבן לױט די פֿאָטערהײַזער.

9 אַז דו קומסט אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, זאָלסטו זיך נישט אָפּלערנען צו טאָן אַזױ װי די אומװערדיקײטן פֿון יענע פֿעלקער. 10 עס זאָל זיך נישט געפֿינען בײַ דיר אײנער װאָס מאַכט דורכגײן זײַן זון אָדער זײַן טאָכטער דורכן פֿײַער, אַ װאָרזאָגער פֿון װאָרזאָגענישן, אַ צײכנזעער, אָדער אַ טרעפֿער, אָדער אַ מכשף, 11 אָדער אַ צױבערשפּרעכער, אָדער אײנער װאָס פֿרעגט בײַ אַ גײַסט אָדער אַ רוח, אָדער אַ פֿאָרשער בײַ טױטע. 12 װאָרעם אַן אומװערדיקײט בײַ ג-ט איז יעטװעדער װאָס טוט דאָס, און פֿון װעגן די דאָזיקע אומװערדיקײטן פֿאַרטרײַבט זײ ה׳ דײַן ג-ט פֿון פֿאַר דיר. 13 גאַנץ זאָלסטו אױפֿריכטיג זײַן מיט ה׳ דײַן ג-ט. 14 װאָרעם די דאָזיקע פֿעלקער װאָס דו ירשעסט זײ, הערן זיך צו צו צײכנזעערס, און צו װאָרזאָגערס, אָבער דו – נישט אַזױ-װאָס האָט דיר געגעבן ה׳ דײַן ג-ט. 15 אַ נבֿיא פֿון צװישן דיר, פֿון דײַנע ברידער, אַזאַ װי איך, װעט דיר אױפֿשטעלן ה׳ דײַן ג-ט; צו אים זאָלט איר זיך צוהערן.

16 גענױ אַזױ װי דו האָסט פֿאַרלאַנגט פֿון ה׳ דײַן ג-ט אין חוֹרֵבֿ, אין טאָג פֿון דער אײַנזאַמלונג, אַזױ צו זאָגן: לאָמיך נישט הערן װידער דעם קֹול פֿון ה׳ מײַן ג-ט, לאָמיך נישט זען מער דאָס דאָזיקע גרױסע פֿײַער, כּדי איך זאָל נישט שטאַרבן. 17 און ה׳ האָט געזאָגט צו מיר: גוט איז װאָס זײ האָבן גערעדט. 18 אַ נבֿיא װעל איך זײ אױפֿשטעלן פֿון צװישן זײערע ברידער, אַזאַ װי דו, און איך װעל אַרײַנגעבן מײַנע װערטער אין זײַן מױל, און ער װעט רעדן צו זײ אַלץ װאָס איך װעל אים באַפֿעלן. 19 און עס װעט זײַן, דער מאַן װאָס װעט נישט צוהערן צו מײַנע װערטער װאָס ער װעט רעדן אין מײַן נאָמען, װעל איך אױפֿמאָנען פֿון אים. 20 אָבער דער נבֿיא װאָס װעט מוטװיליקן צו רעדן אין מײַן נאָמען אַ װאָרט װאָס איך האָב אים נישט באַפֿױלן צו רעדן, אָדער דער װאָס װעט רעדן אין נאָמען פֿון פֿרעמדע ג‑טער, יענער נבֿיא זאָל שטאַרבן. 21 און אױב דו װעסט זאָגן אין דײַן האַרצן: װי אַזױ װעלן מיר דערקענען דאָס װאָרט װאָס ה׳ האָט עס נישט גערעדט? 22 אַז דער נבֿיא װעט רעדן אין נאָמען פֿון ה׳, און דאָס װאָרט װעט נישט געשען און נישט אָנקומען, איז דאָס אַ װאָרט װאָס ה׳ האָט עס נישט גערעדט; מיט מוטװיליקײט האָט עס דער נבֿיא גערעדט; זאָלסט זיך נישט שרעקן פֿאַר אים.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-