Publicidade

Deuteronômio 26

כִּי תָבֿוֹא

1 און עס װעט זײַן, אַז דו װעסט קומען אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, און װעסט עס אַרבן, און זיך באַזעצן דרינען, 2 זאָלסטו נעמען פֿונעם ערשטן פֿון יעטװעדער פֿרוכט פֿון דער ערד, װאָס דו װעסט אַרײַננעמען פֿון דײַן לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, און זאָלסט אַרײַנטאָן אין אַ קאָרב, און גײן צו דעם אָרט װאָס ה׳ דײַן ג-ט װעט אױסדערװײלן צו מאַכן רוען זײַן נאָמען דאָרטן. 3 און זאָלסט קומען צו דעם כּהן װאָס װעט זײַן אין יענע טעג, און זאָגן צו אים: איך זאָג הײַנט פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט, אַז איך בין געקומען אין דעם לאַנד װאָס ג-ט האָט געשװאָרן אונדזערע עלטערן אונדז צו געבן. 4 און דער כּהן זאָל נעמען דעם קאָרב פֿון דײַן האַנט, און אים אַװעקשטעלן פֿאַר דעם מזבח פֿון ה׳ דײַן ג-ט. 5 און זאָלסט אױסרופֿן און זאָגן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט: אַ בלודנער אַרַמי איז געװען מײַן פֿאָטער, און ער האָט גענידערט קײן מִצרַיִם, און האָט זיך דאָרטן אױפֿגעהאַלטן מיט אַ הײַפֿל מענטשן, און ער איז דאָרטן געװאָרן אַ פֿאָלק, גרױס, מאַכטיק, און פֿיל. 6 און די מִצרַיִם האָבן אונדז שלעכטס געטאָן, און האָבן אונדז געפּײַניקט, און אַרױפֿגעלײגט אױף אונדז שװערע אַרבעט. 7 און מיר האָבן געשריען צו ה׳ דעם ג-ט פֿון אונדזערע עלטערן, און ג-ט האָט צוגעהערט אונדזער קֹול, און געזען אונדזער פּײַן, און אונדזער מאַטערניש, און אונדזער געדריקטקײט. 8 און ה׳ האָט אונדז אַרױסגעצױגן פֿון מִצרַיִם מיט אַ שטאַרקער האַנט, און מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם, און מיט גרױס פֿאָרכטיקײט, און מיט צײכנס און מיט װוּנדער. 9 און ער האָט אונדז געבראַכט צו דעם דאָזיקן אָרט, און אונדז געגעבן דאָס דאָזיקע לאַנד, אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק. 10 און אַצונד זע, איך האָב געבראַכט דאָס ערשטע פֿון דער פֿרוכט פֿון דער ערד װאָס דו, ה׳ האָסט מיר געגעבן. און זאָלסט עס אַװעקלײגן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט, און זיך בוקן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט. 11 און זאָלסט זיך פֿרײען מיט אַלעם גוטן װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט געגעבן דיר און דײַן הױזגעזינט – דו, און דער לֵוִי, און דער פֿרעמדער װאָס צװישן דיר.

12 אַז דו װעסט ענדיקן מעשׂרן דעם גאַנצן מעשׂר פֿון דײַן תּבֿואה אין דעם דריטן יאָר, דעם יאָר פֿון מעשׂר, זאָלסטו עס געבן דעם לֵוִי, דעם פֿרעמדן, דעם יתום, און דער אַלמנה, כּדי זײ זאָלן עסן אין דײַנע טױערן, און זאַט זײַן. 13 און זאָלסט זאָגן פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט: איך האָב אַרױסגעראַמט דאָס הײליקע פֿון הױז, און האָב עס אױך אַװעקגעגעבן דעם לֵוִי, און דעם פֿרעמדן, דעם יתום, און דער אַלמנה, אַזױ װי אַל דײַן געבאָט װאָס דו האָסט מיר געבאָטן; איך בין נישט אַװעקגעגאַנגען פֿון דײַנע געבאָט, און האָב נישט פֿאַרגעסן. 14 איך האָב נישט געגעסן אין מײַן אַבֿלות דערפֿון, און איך האָב נישט אַרױסגעטראָגן דערפֿון אומרײנערהײט, און נישט געגעבן דערפֿון פֿאַר אַ טױטן; איך האָב צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳ מײַן ג-ט; איך האָב געטאָן אַזױ װי אַלץ װאָס דו האָסט מיר באַפֿױלן. 15 לוג פֿון דײַן הײליקער װױנונג, פֿון הימל, און בענטש דײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל, און די ערד װאָס דו האָסט אונדז געגעבן, אַזױ װי דו האָסט געשװאָרן אונדזערע עלטערן – אַ לאַנד װאָס פֿליסט מיט מילך און האָניק.

16 הײַנטיקן טאָג באַפֿעלט דיר ה׳ דײַן ג-ט צו טאָן די דאָזיקע חוקים און די געזעצן; און זאָלסט זײ אָפּהיטן און טאָן מיט דײַן גאַנצן האַרצן, און מיט דײַן גאַנצער זעל. 17 דו האָסט הײַנט אױסדערװײלט ה׳ אים צו האָבן פֿאַר דײַן אלֹקים, און צו גײן אין זײַנע װעגן, און צו היטן זײַנע חוקים און זײַנע געבאָט און זײַנע געזעצן, און צוצוהערן צו זײַן קֹול. 18 און ה׳ האָט דיך הײַנט אױסדערװײלט אים צו זײַן פֿאַר אַן אײגן פֿאָלק, אַזױ װי ער האָט דיר צוגעזאָגט, און צו היטן אַלע זײַנע געבאָט; 19 און דיך צו שטעלן העכער איבער אַלע פֿעלקער װאָס ער האָט געמאַכט, פֿאַר אַ לױב, און פֿאַר אַ נאָמען, און פֿאַר אַ שײנקײט, און כּדי זאָלסט זײַן אַ הײליק פֿאָלק צו ה׳ דײַן ג-ט, אַזױ װי ער האָט גערעדט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-