1 אַז ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך ברענגען אין דעם לאַנד װאָס דו קומסט אַהין, עס צו אַרבן, און װעט אַרױסװאַרפֿן פֿון פֿאַר דיר פֿיל פֿעלקער, דעם חִתּי, און דעם גִרגָשי, און דעם אֶמוֹרי, און דעם כּנַעֲני, און דעם פּרִזי, און דעם חִוִי, און דעם יבֿוסי, זיבן פֿעלקער גרעסערע און שטאַרקערע פֿון דיר; 2 און ה׳ דײַן ג-ט װעט זײ איבערגעבן צו דיר, און װעסט זײ שלאָגן; זאָלסטו פֿאַרװיסטן זײ פֿאַרװיסטן. זאָלסט זײ נישט שליסן אַ ברית, און זאָלסט זײ נישט לײַטזעליקן. 3 און זאָלסט זיך נישט מתחתּן זײַן מיט זײ; דײַן טאָכטער זאָלסטו נישט געבן צו זײַן זון, און זײַן טאָכטער זאָלסטו נישט נעמען פֿאַר דײַן זון. 4 װאָרעם ער װעט אָפּקערן דײַן זון פֿון הינטער מיר, און זײ װעלן דינען פֿרעמדע ג‑טער, און דער צאָרן פֿון ה׳ װעט גרימען אױף אײַך, און ער װעט דיך גיך פֿאַרטיליקן. 5 נײַערט אַזױ זאָלט איר טאָן צו זײ: זײערע מזבחות זאָלט איר אײַנװאַרפֿן, און זײערע זײַלשטײנער זאָלט איר צעברעכן, און זײערע געצנבײמער זאָלט איר אָפּהאַקן, און זײערע געשניצטע בילדער זאָלט איר פֿאַרברענען אין פֿײַער. 6 װאָרעם אַ הײליק פֿאָלק ביסטו בײַ ה׳ דײַן ג-ט; דיך האָט ה׳ דײַן ג-ט אױסדערװײלט אים צו זײַן פֿאַר אַן אײגן פֿאָלק, פֿון אַלע פֿעלקער װאָס אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד. 7 נישט װײַל איר זײַט מער פֿון אַלע פֿעלקער, האָט ה׳ געגלוסט צו אײַך און אײַך אױסדערװײלט; װאָרעם איר זײַט דאָס װינציקסטע פֿון אַלע פֿעלקער.
8 נײַערט װײַל ה׳ האָט אײַך ליב, און װײַל ער היט די שבֿועה װאָס ער האָט געשװאָרן אײַערע עלטערן, האָט אײַך ג-ט אַרױסגעצױגן מיט אַ שטאַרקער האַנט, און האָט דיך אױסגעלײזט פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט, פֿון דער האַנט פֿון פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם. 9 דערום זאָלסטו װיסן זײַן אַז ה׳ דײַן ג-ט, ער איז האלֹקים, דער געטרײַער אֵל װאָס היט דעם ברית און די גענאָד צו די װאָס האָבן אים ליב, און צו די װאָס היטן זײַנע געבאָט, ביז טױזנט דורות, 10 און באַצאָלט זײַנע פֿײַנט אין זײער פּנים, זײ אונטערצוברענגען; ער לײגט נישט אָפּ זײַן פֿײַנט, אין זײַן פּנים באַצאָלט ער אים. 11 דערום זאָלסטו היטן דאָס געבאָט און די חוקים און די געזעצן װאָס איך באַפֿעל דיר הײַנט זײ צו טאָן.
12 און עס װעט זײַן, דערפֿאַר װאָס איר װעט צוהערן די דאָזיקע געזעצן, און װעט היטן און זײ טאָן, װעט ה׳ דײַן ג-ט דיר היטן דעם ברית און די גענאָד װאָס ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן.
13 און ער װעט דיך ליב האָבן, און װעט דיך בענטשן, און דיך מערן, און ער װעט בענטשן די פֿרוכט פֿון דײַן לײַב, און די פֿרוכט פֿון דײַן ערד, דײַן תּבֿואה, און דײַן װײַן, און דײַן אײל, די געבורט פֿון דײַנע רינדער, און די פֿרוכפּערונג פֿון דײַנע שאָף, אױף דער ערד װאָס ער האָט געשװאָרן דײַנע עלטערן דיר צו געבן. 14 װעסט זײַן געבענטשטער פֿון אַלע פֿעלקער; עס װעט נישט זײַן אַן עקר אָדער אַן עקרה צװישן דיר אָדער צװישן דײַנע בהמות. 15 און ה׳ װעט אָפּטאָן פֿון דיר יעטװעדער קראַנקשאַפֿט, און אַלע בײזע װײטאָקן פֿון מִצרַיִם װאָס דו קענסט זײ, װעט ער נישט אַרױפֿטאָן אױף דיר, נײַערט ער װעט זײ געבן אױף אַלע דײַנע שָׂונאים.
16 און זאָלסט פֿאַרצערן אַלע אומות װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר; דײַן אױג זאָל זיך נישט דערבאַרעמען אױף זײ; און זאָלסט נישט דינען זײערע ג‑טער, װאָרעם דאָס װעט דיר זײַן אַ שטרױכלונג. 17 טאָמער װעסטו זאָגן אין דײַן האַרצן: די דאָזיקע פֿעלקער זײַנען מער פֿון מיר, װי אַזױ װעל איך זײ קענען פֿאַרטרײַבן? 18 זאָלסטו נישט מורא האָבן פֿאַר זײ; געדענקען זאָלסטו געדענקען װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט געטאָן צו פַּרעהן און צו גאַנץ מִצרַיִם; 19 די גרױסע פּרוּװוּנגען װאָס דײַנע אױגן האָבן געזען, און די צײכנס און די װוּנדער, און די שטאַרקע האַנט, און דעם אױסגעשטרעקטן אָרעם, מיט װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך אַרױסגעצױגן; אַזױ װעט ה׳ דײַן ג-ט טאָן צו אַלע אומות װאָס דו האָסט מורא פֿאַר זײ. 20 און אױך די האָרנבין װעט ה׳ דײַן ג-ט אָנשיקן אױף זײ, ביז עס װעלן אונטערגײן די װאָס זײַנען געבליבן, און װאָס האָבן זיך באַהאַלטן פֿאַר דיר.
21 זאָלסט זיך נישט שרעקן פֿאַר זײ, װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט איז צװישן דיר, אַ גרױסער און אַ פֿאָרכטיקער אֵל. 22 און ה׳ דײַן ג-ט װעט אַרױסװאַרפֿן די דאָזיקע פֿעלקער פֿון פֿאַר דיר ביסלעך-ביסלעכװײַז; טאָרסט זײ נישט פֿאַרטיליקן אױף גיך, כּדי די חיה פֿון פֿעלד זאָל זיך נישט מערן אױף דיר. 23 און ה׳ דײַן ג-ט װעט זײ איבערגעבן צו דיר, און װעט זײ פֿאַרטומלען אַ גרױס פֿאַרטומלעניש, ביז זײ װעלן פֿאַרטיליקט װערן. 24 און ער װעט געבן זײערע מלכים אין דײַן האַנט, און װעסט אונטערברענגען זײער נאָמען פֿון אונטערן הימל; קײנער װעט נישט באַשטײן פֿאַר דיר, ביז דו װעסט זײ פֿאַרטיליקן.
25 זײערע געשניצטע ג‑טער זאָלט איר פֿאַרברענען אין פֿײַער; זאָלסט נישט גלוסטן דאָס זילבער און דאָס גאָלד אױף זײ, און צונעמען פֿאַר זיך, כּדי זאָלסט נישט געשטרױכלט װערן דורך דעם; װאָרעם אַן אומװערדיקײט בײַ ה׳ דײַן ג-ט איז דאָס. 26 און זאָלסט נישט אַרײַנברענגען אַן אומװערדיקײט אין דײַן הױז, און װערן חרם אַזױ װי דאָס; מיאוסן זאָלסטו זיך מיאוסן מיט דעם, און פֿאַראומװערדיקן זאָלסטו עס פֿאַראומװערדיקן, װאָרעם חרם איז דאָס.