Publicidade

Deuteronômio 15

1 צום סוף פֿון אַלע זיבן יאָר זאָלסטו מאַכן שמיטה. 2 און דאָס איז דער דין פֿון שמיטה: יעטװעדער בַעַל-חובֿ זאָל אָפּלאָזן װאָס ער האָט געליען זײַן חבֿר; ער זאָל נישט מאָנען פֿון זײַן חבֿר און זײַן ברודער, װען מע האָט אױסגערופֿן שמיטה צו ה׳.

3 פֿון דעם פֿרעמדן מעגסטו מאָנען, אָבער פֿון װאָס דיר קומט בײַ דײַן חבֿר זאָלסטו אָפּלאָזן דײַן האַנט. 4 פֿון דעסטװעגן װעט נישט זײַן בײַ דיר אַן אבֿיון, װאָרעם בענטשן װעט דיך ג-ט בענטשן אין דעם לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר פֿאַר אַ נחלה, עס צו אַרבן; 5 אױב נאָר צוהערן װעסטו צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳ דײַן ג-ט, צו היטן צו טאָן אַל דאָס דאָזיקע געבאָט װאָס איך געביט דיר הײַנט. 6 װאָרעם ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך בענטשן אַזױ װי ער האָט דיר צוגעזאָגט, און װעסט אַנטלײַען צו פֿיל פֿעלקער, און דו אַלײן װעסט נישט לײַען, און װעסט געװעלטיקן איבער פֿיל פֿעלקער, און איבער דיר װעט מען נישט געװעלטיקן.

7 אַז בײַ דיר װעט זײַן אַן אבֿיון, אײנער פֿון דײַנע ברידער, אין אײנעם פֿון דײַנע טױערן, אין דײַן לאַנד װאָס ה׳ דײַן ג-ט גיט דיר, זאָלסטו נישט האַרט מאַכן דײַן האַרץ, און נישט צודריקן דײַן האַנט פֿאַר דײַן ברודער דעם אבֿיון. 8 נײַערט עפֿענען זאָלסטו אים עפֿענען דײַן האַנט, און אַנטלײַען זאָלסטו אים אַנטלײַען גענוג פֿאַר זײַן באַדערפֿעניש װאָס ער באַדאַרף. 9 היט דיך, עס זאָל נישט זײַן אין דײַן האַרצן אַ בײזער געדאַנקען, אַזױ צו זאָגן: דאָס זיבעטע יאָר, דאָס יאָר פֿון שמיטה, דערנענטערט זיך; און דײַן אױג װעט זײַן שלעכט צו דײַן ברודער דעם אבֿיון, און װעסט אים נישט געבן, און ער װעט רופֿן איבער דיר צו ה׳, און אױף דיר װעט זײַן אַ זינד. 10 געבן זאָלסטו אים געבן, און דײַן האַרץ זאָל נישט פֿאַרדריסן װען דו גיסט אים, װאָרעם פֿון װעגן דער דאָזיקער זאַך װעט דיך ה׳ דײַן ג-ט בענטשן אין אַלץ װאָס דו טוסט, און אין אַלץ צו װאָס דײַן האַנט נעמט זיך.

11 װאָרעם עס װעט נישט אױסגײן אַן אבֿיון פֿון לאַנד; דערום באַפֿעל איך דיר, אַזױ צו זאָגן: עפֿענען זאָלסטו עפֿענען דײַן האַנט צו דײַן ברודער, צו דײַן אָרעמאַן און צו דײַן אבֿיון אין דײַן לאַנד.

12 אַז דײַן ברודער, אײן עבֿרי, אָדער אײנע איבֿרישע, װעט זיך פֿאַרקױפֿן צו דיר, זאָל ער דיר דינען זעקס יאָר, און אױפֿן זיבעטן זאָלסטו אים אַרױסלאָזן פֿרײַ פֿון דיר. 13 און אַז דו לאָזט אים אַרױס פֿרײַ פֿון דיר, זאָלסטו אים נישט אַרױסלאָזן מיט לײדיקן; 14 באַשענקען זאָלסטו אים באַשענקען פֿון דײַנע שאָף, און פֿון דײַן דרעש-שײַער, און פֿון דײַן קעלטער; מיט װאָס ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך געבענטשט, דערפֿון זאָלסטו אים געבן. 15 און זאָלסט געדענקען אַז אַ קנעכט ביסטו געװען אין לאַנד מִצרַיִם, און ה׳ דײַן ג-ט האָט דיך אױסגעלײזט; דערום באַפֿעל איך דיר הײַנט די דאָזיקע זאַך. 16 און עס װעט זײַן, אַז ער װעט זאָגן צו דיר: איך װיל נישט אַװעקגײן פֿון דיר; װײַל ער האָט ליב דיך און דײַן הױזגעזינט, װאָרעם אים איז גוט בײַ דיר, 17 זאָלסטו נעמען אַן נאָל, און דורכשטעכן זײַן אױער ביז אין טיר, און ער זאָל דיר זײַן אַן אײביקער קנעכט; און אױך צו דײַן דינסט זאָלסטו טאָן אַזױ. 18 עס זאָל נישט שװער זײַן אין דײַנע אױגן, װען דו לאָזט אים אַרױס פֿרײַ פֿון דיר, װאָרעם טאָפּל װי פֿאַר דעם לױן פֿון אַ לױנאַרבעטער האָט ער דיר געדינט זעקס יאָר; און ה׳ דײַן ג-ט װעט דיך בענטשן אין אַלץ װאָס דו װעסט טאָן.

19 יעטװעדער ערשטלינג אַ זָכר װאָס װעט געבאָרן װערן צװישן דײַנע רינדער און צװישן דײַנע שאָף, זאָלסטו הײליקן צו ה׳ דײַן ג-ט; זאָלסט נישט אַרבעטן מיט דעם בכוֹר פֿון דײַנע אָקסן, און נישט שערן דעם בכוֹר פֿון דײַנע שאָף. 20 פֿאַר ה׳ דײַן ג-ט זאָלסטו אים עסן יאָר אין יאָר, אין דעם אָרט װאָס ג-ט װעט אױסדערװײלן, דו און דײַן הױזגעזינט. 21 און אױב ער װעט זײַן מיט אַ מום, אַ הינקעדיקער, אָדער אַ בלינדער – מיט װאָסער עס איז בײזן מום, זאָלסטו אים נישט שלאַכטן צו ה׳ דײַן ג-ט. 22 אין דײַנע טױערן זאָלסטו אים עסן, דער אומרײנער אין אײנעם מיט דעם רײנעם, אַזױ װי אַ הירש און װי אַ הינד. 23 נאָר זײַן בלוט זאָלסטו נישט עסן; אױף דער ערד זאָלסטו עס אױסגיסן אַזױ װי װאַסער.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-