Publicidade

Deuteronômio 33

וְזֹאת הַברָכָה

1 און דאָס איז די ברכה װאָס משה דער מאַן פֿון ג-ט האָט געבענטשט די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל פֿאַר זײַן טױט.

2 און ער האָט געזאָגט:

ה׳ איז פֿון סינַי געקומען,

און אױפֿגעשײַנט פֿון שֵׂעִיר אױף זײ;

ער האָט אַרױסגעשראַלט פֿון באַרג פּאָרָן,

און געקומען פֿון די הײליקע צענטױזנטן,

אין זײַן רעכטער האַנט אַ פֿײַערדיק געזעץ פֿאַר זײ.

3 יאָ, דו ליבהאָבער פֿון די שבֿטים,

אַלע זײערע הײליקע זײַנען בײַ דײַן האַנט;

און זײ ליגן צו דײַנע פֿיס,

זײ נעמען אױף דײַנע רײד.

4 אַ תּורה האָט אונדז משה באַפֿױלן,

אַ ירושה פֿאַר דער אײַנזאַמלונג פֿון יעקבֿ.

5 און אַ מלך איז געװען אין ישוּרוּן,

װען די קעפּ פֿון פֿאָלק האָבן זיך פֿאַרזאַמלט,

אין אײנעם אַלע שבֿטים פֿון יִשׂרָאֵל.

6 לעבן זאָל ראובֿן און נישט שטאַרבן,

און זײַנע מענטשן זאָלן נישט זײַן געצײלטע.

7 און דאָס אױף יהוּדה; און ער האָט געזאָגט:

הער צו, ה׳, דעם קֹול פֿון יהוּדה,

און צו זײַן פֿאָלק זאָלסטו אים ברענגען;

זײַנע הענט זאָלן פֿאַר אים שטרײַטן,

און אַ הילף פֿון זײַנע פֿײַנט זאָלסטו זײַן.

8 און אױף לֵוִי האָט ער געזאָגט:

דײַנע אורים-ותּומים צו דײַן פֿרומען מאַן,

װאָס דו האָסט אים אין מַסָה געפּרוּװט,

אים געשטראָפֿט פֿאַרן װאַסער פֿון מריבֿה;

9 װאָס האָט געזאָגט אױף זײַן פֿאָטער און אױף זײַן מוטער:

איך האָב זײ נישט געזען;

און האָט זײַנע ברידער נישט דערקענט,

און זײַנע קינדער נישט געװאָלט װיסן;

װאָרעם זײ האָבן געהיט דײַן װאָרט,

און דײַן ברית האָבן זײ געהאַלטן.

10 זײ לערנען דײַנע געזעצן יעקבֿן,

און דײַן תּורה יִשׂרָאֵלן;

זײ טוען װײַרעך אין דײַן נאָז,

און גאַנצאָפּפֿער אױף דײַן מזבח.

11 בענטש, ה׳, זײַן פֿאַרמעג,

און דאָס װערק פֿון זײַנע הענט זאָלסטו באַװיליקן;

צעהאַק די לענדן פֿון זײַנע פֿײַנט,

אַז זײַנע שָׂונאים זאָלן נישט אױפֿשטײן.

12 אױף בנימין האָט ער געזאָגט:

דער באַליבטער פֿון ה׳

װעט רוען בײַ אים אין זיכערקײט;

ער באַשירעמט אים אַ גאַנצן טאָג,

און צװישן זײַנע אַקסלען טוט ער רוען.

13 און אױף יוֹסף האָט ער געזאָגט:

געבענטשט פֿון ה׳ זאָל זײַן לאַנד זײַן,

מיטן טײַערסטן פֿון הימל, מיט טױ,

און מיטן תּהום װאָס הױערט אונטן;

14 און מיט טײַערסטע פֿרוכטן פֿון זון,

און מיט טײַערסטן געװעקס פֿון לִבֿנָה;

15 און מיטן בעסטן פֿון די אַלטע בערג,

און מיטן טײַערסטן פֿון די אײביקע הײכן;

16 און מיטן טײַערסטן פֿון דער ערד און איר פֿולקײט,

און באַװיליקונג פֿון דעם װאָס האָט אין דאָרן גערוט.

זאָל עס קומען אױפֿן קאָפּ פֿון יוֹסף,

און אױפֿן שפּיץ קאָפּ פֿון דעם פֿירשט פֿון זײַנע ברידער.

17 זײַן ערשטגעבאָרענער אָקס, ער האָט פּראַכט,

און הערנער פֿון אַ װיזלטיר זײַנען זײַנע הערנער;

מיט זײ װעט ער שטױסן די פֿעלקער,

די עקן פֿון דער ערד מיט אַנאַנדער;

און דאָס זײַנען די צענטױזנטן פֿון אפֿרים,

און דאָס זײַנען די טױזנטן פֿון מנַשֶה.

18 און אױף זבֿולון האָט ער געזאָגט:

פֿרײ זיך, זבֿולון, בײַ דײַן אַרױסגײן,

און יִשׂשָׂכָר, אין דײַנע געצעלטן.

19 פֿעלקער װעלן זיך טרעפֿן אױפֿן באַרג,

דאָרט װעלן זײ שלאַכטן שלאַכטאָפּפֿער פֿון גערעכטיקײט;

װאָרעם די שֶפֿע פֿון ימען װעלן זײ זױגן,

און די פֿאַרבאָרגענע אוֹצרות פֿון זאַמד.

20 און אױף גָד האָט ער געזאָגט:

געלױבט דער װאָס דערברײטערט גָד!

אַזױ װי אַ לײבינטע רוט ער,

און פֿאַרצוקט דעם אָרעם און דעם שאַרבן.

21 און ער האָט אױסגעקוקט דאָס ערשטע פֿאַר זיך,

װײַל דאָרט איז דער חלק פֿאַר אַ הערשער באַהאַלטן.

אָבער ער איז געקומען פֿאַרױס פֿאַרן פֿאָלק;

די גערעכטיקײט פֿון ה׳ האָט ער געטאָן,

און זײַנע משפּטים, אין אײנעם מיט יִשׂרָאֵל.

22 און אױף דָן האָט ער געזאָגט:

דָן איז אַ יונגער לײב,

ער שפּרינגט פֿון בָשָן אַרױס.

23 און אױף נַפֿתָּלי האָט ער געזאָגט:

נַפֿתָּלי, זאַט מיט באַװיליקונג,

און פֿול מיט דער ברכה פֿון ה׳,

דער ים און דעם דָרום טו אַרבן!

24 און אױף אָשֵר האָט ער געזאָגט:

געבענטשטער פֿון אַלע זין זאָל זײַן אָשֵר,

באַליבט זאָל ער זײַן בײַ זײַנע ברידער,

און באָדן אין אײל זײַן פֿוס.

25 אײַזן און קופּער דײַנע ריגלען,

און װי דײַנע טעג דײַן שטאַרקײט.

26 נישטאָ אַזאַ װי הָאֵל, ישוּרוּן;

ער רײַט אױף די הימלען דיר צו הילף,

און אין זײַן גרױסקײט אױף די װאָלקן.

27 אַ באַשיצונג איז דער אײביקער ג-ט,

און פֿון אונטן זענען די אײביקע אָרעמס.

און ער האָט פֿאַרטריבן דעם פֿײַנט פֿון פֿאַר דיר,

און געהײסן: פֿאַרטיליק!

28 און יִשׂרָאֵל רוט אין זיכערקײט,

אָפּגעזונדערט – דער קװאַל פֿון יעקבֿ,

אין אַ לאַנד פֿון תּבֿואה און װײַן;

און זײַנע הימלען טריפֿן טױ.

29 װױל דיר, יִשׂרָאֵל, װער איז דײַן גלײַכן?

אַ פֿאָלק געהאָלפֿן דורך ה׳ –

דעם שילד פֿון דײַן הילף,

און דעם װאָס איז די שװערד פֿון דײַן גרױסקײט!

און דײַנע פֿײַנט װעלן אײַנגײן פֿאַר דיר,

און דו װעסט אױף זײערע הײכן טרעטן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-