Publicidade

Juízes 6

1 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און ה׳ האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון מִדיָן זיבן יאָר. 2 און די האַנט פֿון מִדיָן איז געװען שטאַרק אױף יִשׂרָאֵל. פֿון װעגן מִדיָן האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל זיך געמאַכט די גריבער װאָס אין די בערג, און די הײלן, און די פֿעסטונגען. 3 און עס איז געװען, אַז יִשׂרָאֵל האָט געזײט, אַזױ פֿלעגט אַרױפֿגײן מִדיָן, און עַמָלֵק, און די קינדער פֿון מזרח; און זײ פֿלעגן אַרױפֿקומען אױף זײ, 4 און האָבן געלעגערט אױף זײ, און פֿאַרװיסט די תּבֿואה פֿון לאַנד ביז דו קומסט קײן עַזָה, און זײ פֿלעגן נישט איבערלאָזן קײן דערנערונג אין יִשׂרָאֵל, צו מאָל אַ שעפּס, אָדער אַן אָקס, אָדער אַן אײזל. 5 װאָרעם זײ און זײערע פֿיך פֿלעגן אַרױפֿגײן, מיט זײערע געצעלטן, און פֿלעגן קומען אַזױ װי דער הײשעריק אין פֿילקײט, און צו זײ און צו זײערע קעמלען איז נישט געװען קײן צאָל, און זײ זײַנען געקומען אין לאַנד כּדי עס צו פֿאַרװיסטן. 6 און יִשׂרָאֵל איז זײער פֿאַראָרימט געװאָרן פֿון װעגן מִדיָן; און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשריען צו ה׳.

7 און עס איז געװען, אַז די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן געשריען צו ה׳ פֿון װעגן מִדיָן, 8 האָט ה׳ געשיקט אַ מאַן אַ נבֿיא צו די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און ער האָט זײ געזאָגט: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: איך האָב אײַך אױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם, און האָב אײַך אַרױסגעצױגן פֿון דעם הױז פֿון קנעכטשאַפֿט; 9 און איך האָב אײַך מציל געװען פֿון דער האַנט פֿון מִצרַיִם, און פֿון דער האַנט פֿון אַלע אײַערע דריקער, און איך האָב זײ פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר אײַך, און האָב אײַך געגעבן זײער לאַנד. 10 און איך האָב צו אײַך געזאָגט: איך בין ה׳ אלוקיכם; איר זאָלט נישט פֿאָרכטן די ג‑טער פֿון די אֶמוֹרים װאָס איר זיצט אין זײער לאַנד; אָבער איר האָט נישט צוגעהערט צו מײַן קֹול.

11 און אַ מלאך פֿון ה׳ איז געקומען, און האָט זיך געזעצט אונטער דעם אײכנבױם װאָס אין עָפֿרָה, װאָס האָט געהערט צו יוֹאָש דעם אַבֿיעזרער; און זײַן זון גדעון האָט געקלאַפּט װײץ אין קעלטער, כּדי אױסצובאַהאַלטן פֿון מִדיָן. 12 האָט דער מלאך פֿון ה׳ זיך באַװיזן צו אים, און האָט צו אים געזאָגט: ה׳ מיט דיר, העלדישער גיבור!

13 האָט גדעון צו אים געזאָגט: איך בעט דיך, מײַן האַר, אױב ה׳ איז מיט אונדז, טאָ פֿאַר װאָס האָט דאָס אַלץ אונדז געטראָפֿן? און װוּ זײַנען אַלע זײַנע װוּנדער, װאָס אונדזערע עלטערן האָבן אונדז דערצײלט, אַזױ צו זאָגן: פֿאַר װאָר, ה׳ האָט אונדז אױפֿגעבראַכט פֿון מִצרַיִם? און אַצונד האָט אונדז ה׳ פֿאַרלאָזן, און האָט אונדז געגעבן אין דער האַנט פֿון מִדיָן.

14 האָט ה׳ זיך געקערט צו אים, און האָט געזאָגט: גײ מיט דײַן דאָזיקן כּוֹח, און זאָלסט העלפֿן יִשׂרָאֵל פֿון דער האַנט פֿון מִדיָן; פֿאַר װאָר, איך האָב דיך געשיקט.

15 האָט ער צו אים געזאָגט: איך בעט דיך, אֲדֹנָי! מיט װאָס זאָל איך העלפֿן יִשׂרָאֵל? זע, מײַן משפּחה איז די אָרימסטע אין מנַשֶה, און איך בין דער מינדסטער אין מײַן פֿאָטערס הױז.

16 האָט ה׳ צו אים געזאָגט: אָבער איך װעל זײַן מיט דיר, און װעסט שלאָגן מִדיָן אַזױ װי אײן מאַן.

17 האָט ער צו אים געזאָגט: אױב, איך בעט דיך, איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, זאָלסטו מיר מאַכן אַ צײכן אַז דו רעדסט דאָס מיט מיר. 18 זאָלסט זיך נישט אָפּטאָן פֿון דאַנען, איך בעט דיך, ביז איך קום צוריק צו דיר, און װעל אַרױסטראָגן מײַן מִנְחָה, און אַװעקלײגן פֿאַר דיר. האָט ער געזאָגט: איך װעל בלײַבן ביז דו קערסט זיך אום.

19 איז גדעון אַרײַנגעגאַנגען, און האָט געמאַכט אַ ציגנבעקל, און אומגעזײַערטע קוכנס פֿון אַן אֵיפֿה מעל; דאָס פֿלײש האָט ער אַרײַנגעטאָן אין אַ קאָרב, און די זופּ האָט ער אַרײַנגעטאָן אין אַ טאָפּ, און אַרױסגעבראַכט צו אים אונטער דעם אײכנבױם, און דערלאַנגט.

20 האָט דער מלאך פֿון האלֹקים צו אים געזאָגט: נעם דאָס פֿלײש און די אומגעזײַערטע קוכנס, און לײג אַװעק אױף יענעם פֿעלדז, און די זופּ גיס אױס. האָט ער אַזױ געטאָן. 21 און דער מלאך פֿון ה׳ האָט אױסגעשטרעקט דעם שפּיץ פֿון דעם שטעקן װאָס אין זײַן האַנט, און האָט אָנגערירט דאָס פֿלײש און די אומגעזײַערטע קוכענס; און אַ פֿײַער איז אױפֿגעגאַנגען פֿון דעם פֿעלדז, און האָט פֿאַרצערט דאָס פֿלײש און די אומגעזײַערטע קוכנס; און דער מלאך פֿון ה׳ איז אַװעק פֿון זײַנע אױגן. 22 האָט גדעון געזען אַז דאָס איז געװען דער מלאך פֿון ה׳, און גדעון האָט געזאָגט: װײ, ה׳ דו אֲדֹנָי! װאָרעם איך האָב געזען אַ מלאך פֿון ה׳ פּנים אֶל פּנים.

23 האָט ה׳ צו אים געזאָגט: פֿריד צו דיר; זאָלסט נישט מורא האָבן, װעסט נישט שטאַרבן.

24 און גדעון האָט דאָרטן געבױט אַ מזבח צו ה׳, און האָט אים גערופֿן ה׳-שלום; ביז אױף הײַנטיקן טאָג איז ער נאָך אין עָפֿרָה פֿון די אַבֿיעזרער.

25 און עס איז געװען אין יענער נאַכט, האָט ה׳ צו אים געזאָגט: נעם דײַן פֿאָטערס יונגן אָקס, און דעם צװײטן אָקס פֿון זיבן יאָר, און זאָלסט צעשטערן דײַן פֿאָטערס מזבח פֿון בַעַל, און דעם געצנבױם װאָס לעבן אים זאָלסטו אָפּהאַקן. 26 און זאָלסט בױען אַ מזבח צו ה׳ דײַן ג-ט אױפֿן שפּיץ פֿון דער דאָזיקער באַרגפֿעסטונג, אױף דעם צוגעריכטן אָרט, און זאָלסט נעמען דעם צװײטן אָקס, און אױפֿברענגען פֿאַר אַ בראַנדאָפּפֿער מיטן האָלץ פֿון דעם געצנבױם װאָס דו װעסט אָפּהאַקן.

27 האָט גדעון גענומען צען מאַן פֿון זײַנע קנעכט, און האָט געטאָן אַזױ װי ה׳ האָט צו אים גערעדט; און עס איז געװען, אַזױ װי ער האָט מורא געהאַט פֿאַר זײַן פֿאָטערס הױזגעזינט און פֿאַר די מענטשן פֿון שטאָט, דאָס צו טאָן בײַ טאָג, האָט ער דאָס געטאָן בײַ נאַכט.

28 און די מענטשן פֿון שטאָט האָבן זיך געפֿעדערט אין דער פֿרי, ערשט דער מזבח פֿון בַעַל איז צעבראָכן, און דער געצנבױם װאָס לעבן אים איז אָפּגעהאַקט, און דער צװײטער אָקס איז אױפֿגעבראַכט געװאָרן אױף דעם אױפֿגעבױטן מזבח. 29 האָבן זײ געזאָגט אײנער צום אַנדערן: װער האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך? און אַז זײ האָבן געפֿאָרשט און געזוכט, האָט מען געזאָגט: גדעון דער זון פֿון יוֹאָשן האָט געטאָן די דאָזיקע זאַך. 30 האָבן די מענטשן פֿון שטאָט געזאָגט צו יוֹאָשן: ברענג אַרױס דײַן זון, און ער זאָל שטאַרבן, װײַל ער האָט צעבראָכן דעם מזבח פֿון בַעַל, און װײַל ער האָט אָפּגעהאַקט דעם געצנבױם װאָס לעבן אים.

31 האָט יוֹאָש געזאָגט צו אַלע װאָס זײַנען געשטאַנען אַרום אים: װילט איר זיך קריגן פֿאַר בַעַל? אָדער װילט איר אים העלפֿן? װער עס װעט זיך קריגן פֿאַר אים, װעט געטײט װערן ביז אין דער פֿרי. אױב ער איז אַ אלֹקים, זאָל ער אַלײן זיך קריגן פֿאַר זיך, װאָס מע האָט צעבראָכן זײַן מזבח. 32 און מע האָט אים גערופֿן אין יענעם טאָג ירובעל, אַזױ צו זאָגן: זאָל בַעַל זיך קריגן מיט אים, װאָס ער האָט צעבראָכן זײַן מזבח.

33 און גאַנץ מִדיָן און עַמָלֵק און די קינדער פֿון מזרח האָבן זיך אײַנגעזאַמלט אין אײנעם, און זײַנען אַריבערגעקומען און האָבן געלאַגערט אין טאָל יִזרְעֶאל. 34 האָט דער גײַסט פֿון ה׳ אָנגעקלײדט גדעונען, און ער האָט געבלאָזן אין שופֿר, און אַבֿיעֶזֶר האָט זיך אױפֿגעקליבן הינטער אים. 35 און ער האָט געשיקט שלוחים דורך גאַנץ מנַשֶה, און ער אױך האָט זיך אױפֿגעקליבן הינטער אים; און ער האָט געשיקט שלוחים דורך אָשֵר, און דורך זבֿולון, און דורך נַפֿתָּלי, און זײ זײַנען אַרױפֿגעקומען זײ אַנטקעגן.

36 און גדעון האָט געזאָגט צו האלֹקים: אױב דו װילסט העלפֿן דורך מײַן האַנט יִשׂרָאֵל, אַזױ װי דו האָסט גערעדט, 37 אָט לײג איך אַװעק אַן אָפּשער װאָל אין דרעש-שײַער; אױב עס װעט זײַן טױ אױפֿן אָפּשער אַלײן, און אױף דער גאַנצער ערד װעט זײַן טרוקן, װעל איך װיסן אַז דו װעסט העלפֿן יִשׂרָאֵל דורך מײַן האַנט, אַזױ װי דו האָסט גערעדט.

38 איז אַזױ געװען; און װי ער האָט זיך געפֿעדערט אױף מאָרגן, און האָט אױסגעדרײט דעם אָפּשער, האָט ער אױסגעקװעטשט טױ פֿון דעם אָפּשער, אַ פֿולן קרוג װאַסער. 39 האָט גדעון געזאָגט צו האלֹקים: זאָל נישט גרימען דײַן צאָרן אױף מיר, און איך װעל רעדן נאָר דאָס מאָל: לאָמיך, איך בעט דיך, נאָר דאָס מאָל פּרוּװן מיט דעם אָפּשער; זאָל, איך בעט דיך, זײַן טרוקן אױפֿן אָפּשער אַלײן, און אױף דער גאַנצער ערד זאָל זײַן טױ.

40 האָט אלֹקים געטאָן אַזױ אין יענער נאַכט; און עס איז געװען טרוקן אױפֿן אָפּשער אַלײן, און אױף דער גאַנצער ערד איז געװען טױ.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-