1 און די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל האָבן װידער געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און ה׳ האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון די פּלִשתּים פֿערציק יאָר.
2 און עס איז געװען אַ מאַן פֿון צָרעָה, פֿון דער משפּחה פֿון דָן, װאָס זײַן נאָמען איז געװען מנוח; און זײַן װײַב איז געװען אַן עקרה, און האָט נישט געבאָרן. 3 האָט אַ מלאך פֿון ה׳ זיך באַװיזן צו דער פֿרױ, און האָט צו איר געזאָגט: זע נאָר, דו ביסט אַן עקרה, און האָסט נישט געבאָרן; אָבער װעסט טראָגעדיק װערן, און װעסט געבערן אַ זון. 4 און אַצונד, היט זיך אַקאָרשט, און זאָלסט נישט טרינקען װײַן אָדער שטאַרק געטראַנק, און נישט עסן קײן אומרײנס. 5 װאָרעם זע, דו װערסט טראָגעדיק, און געבערסט אַ זון; און אַ שערמעסער זאָל נישט אַרױפֿגײן אױף זײַן קאָפּ, װאָרעם אַ נזיר פֿון אלֹקים זאָל דער ייִנגל זײַן פֿון מוטערלײַב אָן; און ער װעט אָנהײבן העלפֿן יִשׂרָאֵל פֿון דער האַנט פֿון די פּלִשתּים.
6 און די פֿרױ איז געקומען, און האָט געזאָגט צו איר מאַן, אַזױ צו זאָגן: אַ מאַן פֿון ג-ט איז געקומען צו מיר, און זײַן אױסזען איז געװען אַזױ װי דאָס אױסזען פֿון דער מלאך פֿון האלֹקים, מוראדיק זײער; און נישט איך האָב אים געפֿרעגט פֿון װאַנען ער איז, און נישט ער האָט מיר געזאָגט זײַן נאָמען. 7 אָבער ער האָט צו מיר געזאָגט: זע, דו װערסט טראָגעדיק, און געבערסט אַ זון; און אַצונד, זאָלסטו נישט טרינקען װײַן אָדער שטאַרק געטראַנק, און נישט עסן קײן אומרײנקײט, װאָרעם אַ נזיר פֿון אלֹקים זאָל דער ייִנגל זײַן פֿון מוטערלײַב אָן ביז דעם טאָג פֿון זײַן טױט.
8 האָט מנוח מתפּלל געװען צו ה׳, און האָט געזאָגט: איך בעט דיך, אֲדֹנָי, זאָל דער מאַן פֿון ג-ט, װאָס דו האָסט געשיקט, װידער קומען צו אונדז, אונדז לערנען װאָס מיר זאָלן טאָן צו דעם ייִנגל װאָס װעט געבאָרן װערן.
9 און האלֹקים האָט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון מנוחן, און דער מלאך פֿון האלֹקים איז װידער געקומען צו דער פֿרױ, װי זי איז געזעסן אין פֿעלד; און מנוח איר מאַן איז נישט געװען לעבן איר. 10 האָט די פֿרױ געאײַלט און איז געלאָפֿן, און האָט דערצײלט איר מאַן, און האָט צו אים געזאָגט: אָן האָט זיך באַװיזן צו מיר דער מאַן װאָס איז געקומען צו מיר אין יענעם טאָג. 11 איז מנוח אױפֿגעשטאַנען, און איז געגאַנגען נאָך זײַן װײַב, און ער איז געקומען צו דעם מאַן, און האָט צו אים געזאָגט: ביסט דו דער מאַן װאָס האָט גערעדט צו דער פֿרױ? האָט ער געזאָגט: איך. 12 האָט מנוח געזאָגט: אַצונד אַז דײַן װאָרט װעט אָנקומען, װאָס זאָל זײַן דער שטײגער מיטן ייִנגל, און װאָס טאָן צו אים? 13 האָט דער מלאך פֿון ה׳ געזאָגט צו מנוחן: פֿון אַלץ װאָס איך האָב אָנגעזאָגט דער פֿרױ, זאָל זי זיך היטן. 14 פֿון אַלץ װאָס קומט אַרױס פֿון װײַנשטאָק, זאָל זי נישט עסן, און װײַן און שטאַרק געטראַנק זאָל זי נישט טרינקען, און קײן אומרײנקײט זאָל זי נישט עסן; אַלץ װאָס איך האָב איר באַפֿױלן זאָל זי אָפּהיטן.
15 האָט מנוח געזאָגט צו דעם מלאך פֿון ה׳: לאָמיר, איך בעט דיך, דיך פֿאַרהאַלטן, און מיר װעלן מאַכן פֿאַר דיר אַ ציגנבעקל. 16 האָט דער מלאך פֿון ה׳ געזאָגט צו מנוחן: אַפֿילו דו װעסט מיך פֿאַרהאַלטן, װעל איך נישט עסן פֿון דײַן שפּײַז; אױב אָבער דו װילסט מאַכן אַ בראַנדאָפּפֿער, זאָלסטו עס אױפֿברענגען צו ג-ט. װאָרעם מנוח האָט נישט געװוּסט אַז דאָס איז אַ מלאך פֿון ה׳. 17 און מנוח האָט געזאָגט צו דעם מלאך פֿון ה׳: װאָס איז דײַן נאָמען, כּדי אַז דײַן װאָרט װעט אָנקומען, זאָלן מיר דיר אָנטאָן כּבֿוד. 18 האָט דער מלאך פֿון ה׳ צו אים געזאָגט: נאָך װאָס דען פֿרעגסטו אױף מײַן נאָמען, אַז ער איז פֿאַרהױלן? 19 האָט מנוח גענומען דאָס ציגנבעקל און דאָס שפּײַזאָפּפֿער, און האָט אױפֿגעבראַכט אױף דעם פֿעלדז פֿאַר ה׳; און דער האָט געטאָן װוּנדערלעך, און מנוח און זײַן װײַב האָבן צוגעזען. 20 װאָרעם עס איז געװען, װי די פֿלאַם איז אױפֿגעגאַנגען פֿון מזבח צום הימל, אַזױ איז דער מלאך פֿון ה׳ אױפֿגעגאַנגען מיט דער פֿלאַם פֿון מזבח. און מנוח און זײַן װײַב האָבן דאָס געזען, און זײ זײַנען געפֿאַלן אױף זײער פּנים צו דער ערד.
21 און דער מלאך פֿון ה׳ האָט זיך מער נישט באַװיזן צו מנוחן און צו זײַן װײַב. דענצמאָל האָט מנוח געװוּסט, אַז דאָס איז געװען אַ מלאך פֿון ה׳.
22 און מנוח האָט געזאָגט צו זײַן װײַב: שטאַרבן װעלן מיר שטאַרבן, װאָרעם אלֹקים האָבן מיר געזען. 23 האָט זײַן װײַב צו אים געזאָגט: אַז ה׳ װאָלט אונדז געװאָלט טײטן, װאָלט ער נישט אָנגענומען פֿון אונדזער האַנט אַ בראַנדאָפּפֿער און אַ שפּײַזאָפּפֿער, און װאָלט אונדז נישט באַװיזן דאָס אַלץ, און װאָלט אונדז אַצונד נישט אָנגעזאָגט אַזױ-װאָס. 24 און די פֿרױ האָט געבאָרן אַ זון, און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען שמשון. און דער ייִנגל איז געװאַקסן, און ה׳ האָט אים געבענטשט. 25 און דער גײַסט פֿון ה׳ האָט אָנגעהױבן צו שלאָגן אין אים, אין מחנה-דָן, צװישן צָרעָה און צװישן אֶשתָּאוֹל.