Publicidade

Jó 11

1 האָט געענטפֿערט צופֿר דער נַעַמָתי, און האָט געזאָגט:

2 זאָל דער פֿילרעדעװדיקער בלײַבן נישט געענטפֿערט?

און צי זאָל דער ליפּנמענטש בלײַבן גערעכט?

3 דײַנע פּלױדערײַען מאַכן מענטשן שװײַגן,

און דו שפּאָטסט, און זאָל דיך קײנער נישט פֿאַרשעמען?

4 און דו זאָגסט: לױטער איז מײַן לערנונג,

און רײן בין איך אין דײַנע אױגן.

5 אָבער הלװאַי רעדט אֱלוֹהַּ,

און עפֿנט זײַנע ליפּן מיט דיר,

6 און דערצײלט דיר די פֿאַרבאָרגענישן פֿון קלוגשאַפֿט,

װי פֿילפֿאַכיק די חכמה איז,

און װאָלסט װיסן אַז אֱלוֹהַּ מאָנט פֿון דיר

װינציקער װי דײַן זינד.

7 װילסטו די דערפֿאָרשונג פֿון אֱלוֹהַּ געפֿינען?

צי דעם ציל פֿון שַדַי געפֿינען?

8 עס איז הױך װי די הימלען, װאָס קענסטו אױפֿטאָן?

טיפֿער פֿון שְׁאֹול, װאָס קענסטו װיסן?

9 לענגער פֿון דער ערד איז די מאָס דערפֿון,

און ברײטער פֿון ים.

10 אַז ער גײט פֿאַרבײַ און פֿאַרשליסט,

אָדער ער זאַמלט אײַן, װער קען אים אָפּהאַלטן?

11 װאָרעם ער װײס די פֿאַלשע לײַט,

און ער זעט דאָס אומרעכט, אָן צו מאָל אַ קוק טאָן.

12 אָבער דער פּוסטער מענטש װעט קריגן שׂכל,

װען אַ יונגער װאַלדאײזל װעט איבערגעבאָרן װערן אין אַ מענטשן.

13 אַז דו װעסט צוקערן דײַן האַרץ,

און אױסשפּרײטן צו אים דײַנע הענט

14 אױב אומרעכט איז אין דײַן האַנט, דערװײַטער עס,

און זאָלסט נישט לאָזן רוען אין דײַנע געצעלטן אַן עװלה

15 דענצמאָל װעסטו אױפֿהײבן דײַן פּנים אָן אַ פֿלעק,

און װעסט פֿעסט זײַן, און נישט מורא האָבן.

16 װאָרעם די מאַטערניש װעסטו פֿאַרגעסן;

װי װאַסער װאָס איז אַװעק װעסטו עס דערמאָנען.

17 און העלער װי מיטן טאָג װעט אױפֿשטײן דײַן לעבן,

די פֿינצטערניש װעט װי דער מאָרגן װערן.

18 און װעסט זײַן זיכער, װײַל האָפֿענונג איז דאָ,

און װעסט זיך אַרומקוקן, און ליגן אין זיכערקײט.

19 און װעסט הױערן, און קײנער װעט נישט שרעקן,

און פֿיל װעלן זוכן דײַן לײַטזעליקײט.

20 אָבער די אױגן פֿון די רשעים װעלן אױסגײן,

און אַנטרינונג װעט זײַן פֿאַרלאָרן פֿון זײ,

און זײער האָפֿענונג אַן אױסהױכעניש פֿון דער נשמה.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-28_14-13-17-