Publicidade

Jó 19

1 האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:

2 ביז װאַנען װעט איר באַטריבן מײַן זעל,

און מיך צעדריקן מיט װערטער?

3 שױן צען מאָל אַז איר באַלײדיקט מיך,

איר שעמט אײַך נישט מיך צו פּײַניקן.

4 און אַז איך האָב שױן יאָ פֿאַרזען,

װעט בײַ מיר דאָך בלײַבן מײַן פֿאַרזע.

5 אױב איר װילט אין דער אמת זיך גרײסן קעגן מיר,

און מיר פֿאָרװאַרפֿן מײַן שאַנד,

6 טאָ װײסט אַז אֱלוֹהַּ האָט מיך געקריװדעט,

און זײַן נעץ אַרומגעלײגט אַרום מיר.

7 אָט שרײַ איך געװאַלט, און װער נישט געענטפֿערט,

איך רוף, און נישטאָ קײן גערעכטיקײט.

8 מײַן װעג האָט ער פֿאַרצאַמט, אַז איך קען נישט דורכגײן,

און אױף מײַנע שטעגן האָט ער אַ פֿינצטערניש אַרױפֿגעטאָן.

9 מײַן כּבֿוד האָט ער אױסגעטאָן פֿון מיר,

און אַראָפּגענומען די קרױן פֿון מײַן קאָפּ.

10 ער צעשטױסט מיך רונד אַרום, אַז איך פֿאַרגײ,

און ער האָט אױסגעריסן װי אַ בױם מײַן האָפֿענונג.

11 און ער האָט אָנגעצונדן זײַן צאָרן אױף מיר,

און ער רעכנט מיך פֿאַר זײַנעם אַ שׂונא.

12 אין אײנעם קומען אױף מיר זײַנע מחנות,

און זײ טרעטן אױס זײער װעג קעגן מיר,

און זײ לאַגערן אַרום מײַן געצעלט.

13 מײַנע ברידער האָט ער דערװײַטערט פֿון מיר,

און מײַנע באַקענטע זײַנען אין גאַנצן פֿאַרפֿרעמדט פֿון מיר.

14 מײַנע קרובֿים האַלטן זיך צוריק,

און מײַנע גוטע פֿרײַנט האָבן מיך פֿאַרגעסן.

15 מײַנע הױזװױנער און מײַנע דינסטן רעכענען מיך פֿאַר אַ פֿרעמדן,

אַן אומבאַקענטער בין איך געװאָרן אין זײערע אױגן.

16 איך רוף מײַן קנעכט, און ער ענטפֿערט נישט,

איך בעט זיך בײַ אים מיטן מױל.

17 מײַן אָטעם איז צוּװידער מײַן װײַב,

און איך פֿאַרעקל מײַן ברידער.

18 אַפֿילו ייִנגלעך פֿאַראַכטן מיך,

איך שטעל זיך, און זײ רעדן מיר אַקעגן.

19 מיך פֿאַראומװערדיקן אַלע מײַנע פֿאַרטרױטע,

און די װאָס איך האָב ליב, קערן זיך קעגן מיר.

20 צו מײַן הױט און צו מײַן פֿלײש

איז צוגעקלעפּט מײַן געבײן,

און איך בין אַרױס מיט די יאַסלעס פֿון מײַנע צײן.

21 דערבאַרעמט אײַך אױף מיר,

דערבאַרעמט אײַך אױף מיר, איר חבֿרים מײַנע,

װאָרעם די האַנט פֿון אֱלוֹהַּ האָט מיך געטראָפֿן.

22 פֿאַר װאָס רודפֿט איר מיך אַזױ װי אֵל,

און קענט זיך נישט אָנזעטן מיט מײַן פֿלײש?

23 הלװאַי װערן נאָר אױפֿגעשריבן מײַנע װערטער!

הלװאַי װערן זי אין אַ בוך פֿאַרצײכנט!

24 מיט אַן אײַזערנער פּען און בלײַ

אױף אײביק אין פֿעלדז אײַנגעהאַקט!

25 װאָרעם איך װײס, מײַן אױסלײזער לעבט,

און דאָס ער װעט אין די לעצטע טעג אױפֿשטײן אױף דער ערד.

26 און כאָטש די װאָרעם װעלן דערנאָך מײַנע הױט פֿאַרדאָרבן,

דאָך װעל איך אין מײַן פֿלײש ג-ט זען!

27 אַז איך אַלײן זאָל זען פֿאַר מיר,

און מײַנע אױגן זאָלן אָנקוקן, און נישט קײן אַנדערער

גײען אױס מײַנע נירן אין מײַן לײַב.

28 װען איר זאָגט: װי װעלן מיר אים רודפֿן!

אַזױ װי דער װאָרצל פֿון דער זאַך װאָלט זיך געפֿונען אין מיר,

29 האָט מורא פֿאַר דער שװערד,

װאָרעם מיט גרימצאָרן זײַנען די שטראָפֿן פֿון דער שװערד;

דערום זאָלט איר װיסן אַז אַ משפּט איז פֿאַראַן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-