1 מיר אַלײן עקלט מײַן לעבן;
איך װעל פֿון מיר לױז לאָזן מײַן קלאָג,
איך װעל רעדן אין דער ביטערקײט פֿון מײַן זעל.
2 איך װעל זאָגן צו אֱלוֹהַּ: זאָלסט מיך נישט שולדיק מאַכן;
לאָז מיך װיסן פֿאַר װאָס דו קריגסט זיך מיט מיר.
3 איז דיר גוט אַז דו דריקסט,
אַז דו פֿאַראַכטסט די מי פֿון דײַנע הענט,
און דעם באַראָט פֿון די רשעים באַשײַנסטו?
4 זײַנען אױגן פֿון פֿלײש בײַ דיר?
צי זעסטו װי אַ מענטש זעט?
5 זײַנען װי די טעג פֿון אַ מענטשן דײַנע טעג,
צי דײַנע יאָרן װי די טעג פֿון אַ מאַן?
6 אַז דו זוכסט מײַן זינד,
און פֿאָרשט מײַן חטא,
7 הגם דו װײסט אַז איך בין נישט שולדיק,
נאָר נישטאָ װער זאָל מציל זײַן פֿון דײַן האַנט.
8 דײַנע הענט האָבן מיך געפֿורעמט און געמאַכט
מיט אַלעם מיט אַנאַנדער, דאָך טוסט דו מיך פֿאַרדאַרבן.
9 געדענק פֿאָרט, אַז װי לײם האָסטו מיך געמאַכט,
און צו שטױב װעסטו מיך אומקערן.
10 פֿאַר װאָר, װי מילך האָסטו מיך אױסגעגאָסן,
און װי קעז האָסטו מיך פֿאַרגליװערט.
11 מיט הױט און פֿלײש האָסטו מיך באַקלײדט,
און מיט בײנער און אָדערן געפֿלאָכטן.
12 לעבן און גענאָד האָסטו מיר באַשערט,
און דײַן אָבאַכט האָט אָפּגעהיט מײַן גײַסט.
13 אָבער דאָס האָסטו באַהאַלטן אין דײַן האַרצן,
איך װײס אַז דאָס האָסטו געהאַט אין זינען:
14 אַז איך זינדיק, װעסטו מיך היטן,
און פֿון מײַן חטא מיך נישט רײן מאַכן.
15 אַז איך בין שולדיק, איז װײ צו מיר,
און בין איך גערעכט, קען איך נישט אױפֿהײבן דעם קאָפּ,
זאַט מיט שאַנד, און זעענדיק מײַן פּײַן.
16 און הײבט ער זיך אױף, יאָגסטו מיך װי אַ לײב,
און אַלץ װידער באַגײסטו זיך משונה קעגן מיר.
17 באַנײַסט דײַנע עדות קעגן מיר,
און מערסט דײַן כּעס אױף מיר;
געביטן נאָכאַנאַנד װערט דער חיל קעגן מיר.
18 און נאָך װאָס האָסטו מיך פֿון טראַכט אַרױסגעצױגן?
איך װאָלט פֿאַרגאַנגען, און אַן אױג װאָלט מיך נישט אָנגעזען.
19 װי נישט געװען װאָלט איך געװען,
פֿון מוטערלײַב װאָלט איך צום קבֿר געבראַכט געװאָרן.
20 מײַנע טעג זײַנען דאָך װינציק, טאָ הער אױף,
און טו זיך אָפּ פֿון מיר, איך זאָל זיך אױפֿמונטערן אַ ביסל,
21 אײדער איך גײ אַװעק זיך נישט אומצוקערן,
אין אַ לאַנד פֿון חושך און טױטשאָטן,
22 אַ לאַנד טונקל װי די פֿינצטערניש אַלײן,
טױטשאָטן אָן אָרדענונג,
װוּ אַפֿילו אַז עס שײַנט, איז װי פֿינצטערניש.