1 האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:
2 הערן הערט צו מײַן װאָרט,
און זאָל דאָס זײַן אײַערע טרײסטונגען.
3 לאָזט מיך אַז איך זאָל רעדן;
און נאָך מײַן רעדן װעסטו אָפּלאַכן.
4 איז קעגן אַ מענטשן מײַן קלאָג?
און פֿאַר װאָס זאָל נישט קורץ װערן מײַן געמיט?
5 קערט זיך צו מיר, און װערט באַנומען,
און טוט אַרױף די האַנט אױפֿן מױל.
6 אַז װי איך דערמאָן זיך אַזױ װער איך דערשראָקן,
און מײַן לײַב נעמט אָן אַ שױדער.
7 פֿאַר װאָס לעבן די רשעים,
עלטערן זיך, און זײַנען שטאַרק אין קראַפֿט?
8 זײער זאָמען שטײט פֿעסט פֿאַר זײער פּנים בײַ זײ,
און זײערע שפּראָצן פֿאַר זײערע אױגן.
9 זײערע הײַזער זײַנען בשלום, אָן אַנגסט,
און די רוט פֿון אֱלוֹהַּ איז נישט אױף זײ.
10 זײַן אָקס באַפֿרוכפּערט און פֿאַרפֿעלט נישט,
זײַן קו קעלבט זיך און פֿאַרװאַרפֿט נישט.
11 זײ שיקן אַרױס װי שאָף זײער יונגװאַרג,
און זײערע קינדער טאַנצן אַרום.
12 זײ זינגען מיט פּױק און האַרף,
און פֿרײען זיך צום קֹול פֿון דער פֿלײט.
13 זײ פֿאַרברענגען אין גוטס זײערע טעג,
און רויִק נידערן זײ אין שְׁאֹול.
14 און זײ זאָגן צו אֵל: קער זיך אָפּ פֿון אונדז,
און מיר װילן נישט װיסן פֿון דײַנע װעגן.
15 װאָס איז שַדַי, אַז מיר זאָלן אים דינען?
און װאָס װעלן מיר נוצן, אַז מיר װעלן בעטן צו אים? –
16 זײער גוטס איז דאָך נישט אין זײער האַנט;
דער באַראָט פֿון די רשעים איז װײַט פֿון מיר.
17 װי אָפֿט איז דאָס אַז דאָס ליכט פֿון רשעים זאָל פֿאַרלאָשן װערן,
און עס זאָל קומען אױף זײ אַ בראָך?
ער זאָל זײ אױסטײלן יסורים אין זײַן צאָרן?
18 זײ זאָלן װערן װי שטרױ פֿאַרן װינט,
און װי שפּרײ װאָס דער שטורעם גנבֿעט אים אַװעק?
19 אֱלוֹהַּ באַהאַלט זײַן אומרעכט פֿאַר זײַנע קינדער –
זאָל ער אים אַלײן באַצאָלן אַז ער זאָל װיסן.
20 זאָלן זײַנע אױגן זען זײַן אומגליק,
און פֿון גרימצאָרן פֿון שַדַי זאָל ער טרינקען.
21 װאָרעם װאָס קימערט אים זײַן הױזגעזינט נאָך אים,
װען די צאָל פֿון זײַנע חדשים איז געענדיקט?
22 קען מען אֵל לערנען פֿאַרשטאַנדיקײט,
אַז ער משפּט די העכסטע?
23 דער שטאַרבט אין זײַן רעכטער שטאַרקײט,
אין גאַנצן רויִק און בשלװה;
24 זײַנע עמערס זײַנען פֿול מיט מילך,
און דער מאַרך פֿון זײַנע בײנער איז געזעפֿטיקט.
25 און דער שטאַרבט אין אַ ביטער נפֿש,
און האָט נישט פֿאַרזוכט קײן גוטס.
26 אין אײנעם אין שטױב ליגן זײ,
און װערעם דעקן זײ צו.
27 איך װײס דאָך אײַערע מחשבֿות,
און װי איר קליגט זיך מיט געװאַלט אַקעגן מיר,
28 אַז איר זאָגט: װוּ איז דאָס הױז פֿון דעם שׂרָרה?
און װוּ דאָס געצעלט פֿון דעם רָשעס װױנונג?
29 האָט איר נישט געפֿרעגט בײַ די װעגפֿאָרער?
איר װעט דאָך נישט פֿאַרלײקענען זײערע באַװײַזן,
30 אַז אין דעם טאָג פֿון בראָך װערט געשױנט דער שלעכטער,
אין דעם טאָג װען שטראָפֿן װערן געבראַכט.
31 װער זאָגט אים אין פּנים זײַן װעג?
און װאָס ער האָט געטאָן װער באַצאָלט אים?
32 װאָרעם ער װערט געבראַכט צו קבֿורה,
און אױפֿן בערגל פּאַסט מען אױף.
33 זיס זײַנען אים די שטיקער ערד פֿון טאָל,
און נאָך אים ציִען זיך אַלע מענטשן,
און אים פֿאַרױס אָן אַ צאָל.
34 און װי װילט איר מיך טרײסטן מיט גאָרנישט,
אַז אײַערע תּשובֿות בלײַבן אַן אָפּנאַר?