Publicidade

Jó 20

1 האָט געענטפֿערט צופֿר דער נַעַמָתי, און האָט געזאָגט:

2 דערום ענטפֿערן מיר מײַנע געדאַנקען

פֿון װעגן װאָס איך שפּיר אין מיר:

3 דעם שטראָף פֿון מײַן שאַנד האָב איך געהערט,

און אַ גײַסט פֿון מײַן פֿאַרשטאַנד ענטפֿערט מיר.

4 װײסטו דאָס װאָס איז פֿון אײביק אָן,

פֿון זינט דער מענטש איז געמאַכט אױף דער ערד?

5 אַז דאָס געזאַנג פֿון רשעים איז אױף קורצן,

און די שׂימחה פֿון זינדיקן אױף אַ רגע?

6 װען ביזן הימל זאָל אַרױפֿגײן זײַן הײך,

און זײַן קאָפּ זאָל ביזן װאָלקן דערגרײכן,

7 װעט ער װי זײַן אײגן קױט אױף אײביק אונטערגײן;

זײַנע זעער װעלן זאָגן: װוּ איז ער?

8 װי אַ חלום װעט ער אַװעקפֿליען, און מע װעט אים נישט געפֿינען,

און ער װעט פֿאַריאָגט װערן װי אַ זעונג פֿון דער נאַכט.

9 דאָס אױג האָט אים אָנגעקוקט, און נישט מער,

און מער װעט אים נישט אָנזען זײַן אָרט.

10 זײַנע קינדער װעלן פֿאַרגיטיקן די אָרימע,

יאָ, זײַנע אײגענע הענט װעלן צוריקגעבן זײַן גוטס.

11 זײַנע בײנער זײַנען פֿול מיט זײַן יוגנט,

אָבער מיט אים אין שטױב װעט זי זיך לײגן.

12 הגם זיס איז דאָס בײז אין זײַן מױל,

ער באַהאַלט עס אונטער זײַן צונג,

13 ער שױנט עס, און לאָזט עס נישט אָפּ,

און האַלט עס צו אױף זײַן גומען,

14 װערט זײַן שפּײַז פֿאַרקערט אין זײַנע אינגעװײד,

גאַל פֿון שלאַנגען איז אינעװײניק בײַ אים.

15 פֿאַרמעג האָט ער אײַנגעשלונגען, און װעט עס אױסברעכן,

פֿון זײַן בױך װעט עס אֵל אַרױסטרײַבן.

16 גיפֿט פֿון שלאַנגען פֿלעגט ער זױגן,

װעט די צונג פֿון אַ נאָטער אים הרגען.

17 ער װעט נישט אָנזען די בעכן,

די טײַכנשטראָמען פֿון האָניק און שמאַנט.

18 ער גיט צוריק זײַן מי, און װעט עס נישט אַראָפּשלינגען,

װי שטאַרק זײַן פֿאַרמעג, װעט ער זיך דערמיט נישט אָנפֿרײען.

19 װײַל ער האָט צעדריקט, הפֿקר געלאָזט די אָרימע,

געגזלט אַ הױז װאָס ער האָט נישט געבױט.

20 װײַל ער האָט נישט געװוּסט קײן רו אין זײַן לײַב,

װעט ער מיט זײַן שאַץ נישט אַנטרונען װערן.

21 נישטאָ קײן איבערבלײַב פֿון זײַן פֿרעסערײַ,

דערום װעט זײַן גוטס נישט געװערן.

22 װען זײַן קראָפּ איז פֿול, װעט אים ענג װערן,

װוּ אַ האַנט פֿון אַן אומגליקלעכן, װעט קומען אױף אים.

23 ער װעט האַלטן בײַ אָנפֿילן זײַן בױך,

װעט ער אָנשיקן אױף אים זײַן גרימצאָרן,

און מאַכן רעגענען אױף אים מיט זײַן שפּײַז.

24 ער װעט אַנטלױפֿן פֿון אַן אײַזערנעם װאַפֿן,

װעט אים דורכלעכערן אַ קופּערנער בױגן.

25 ער טוט אַ צי, און עס קומט אַרױס פֿון לײַב,

יאָ, די בליציקע פֿײַל גײט אַרױס פֿון זײַן גאַל;

אימות זײַנען אױף אים.

26 גאָרע פֿינצטערניש איז באַהאַלטן פֿאַר זײַנע אוֹצרות,

אים װעט פֿאַרצערן אַ פֿײַער פֿון קײנעם נישט אױפֿגעבלאָזן;

עס װעט אָפּעסן דעם איבערבלײַב אין זײַן געצעלט.

27 די הימלען אַנטפּלעקן זײַן זינד,

און די ערד שטעלט זיך אױף קעגן אים.

28 אַװעק װעט דער אײַנקום פֿון זײַן הױז,

עס װערט צערונען אין טאָג פֿון זײַן צאָרן.

29 דאָס איז דער חלק פֿון דעם שלעכטן מענטשן פֿון אלֹקים,

און זײַן באַשערטע ירושה פֿון אֵל.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-