1 און אֶליהוא האָט זיך אָפּגערופֿן און האָט געזאָגט:
2 רעכנסטו דאָס פֿאַר רעכט, אַז דו זאָגסט:
איך בין גערעכטער פֿון אֵל?
3 װען דו זאָגסט: װאָס קומט דיר אַרױס?
װאָסער נוץ האָב איך דערפֿון מער װי פֿון מײַן זינדיקן?
4 װעל איך דיר ענטפֿערן װערטער,
און דײַנע חבֿרים מיט דיר.
5 לוג צו די הימלען, און זע,
און קוק אױף די װאָלקנס װאָס זײַנען הױך איבער דיר.
6 אַז דו זינדיקסט, װאָס װירקסטו אױף אים?
און זײַנען פֿיל דײַנע פֿאַרברעכן, װאָס טוסטו אים?
7 אַז דו ביסט גערעכט, װאָס גיסטו אים?
אָדער װאָס נעמט ער פֿון דײַן האַנט?
8 אַ מאַן װי דו גײט אָן דײַן שלעכטיקײט,
און אַ מענטשנקינד דײַן גערעכטיקײט.
9 פֿון װעגן די פֿיל רױבערײַען שרײַט מען,
מע קלאָגט זיך װעגן דעם אָרעם פֿון די שטאַרקע,
10 און מע זאָגט נישט: װוּ איז אֱלוֹהַּ מײַן באַשעפֿער,
װאָס גיט געזאַנגען אין דער נאַכט;
11 װאָס לערנט אונדז מער פֿון בהמות פֿון דער ערד,
און מאַכט אונדז קליגער פֿון פֿױגל פֿון הימל?
12 אָן שרײַט מען, און ער ענטפֿערט נישט,
װעגן דער האָפֿערדיקײט פֿון די רשעים.
13 אָבער פֿאַלש איז, אַז אֵל הערט נישט צו,
און שַדַי קוקט עס נישט אָן.
14 הגם דו זאָגסט, דו קענסט אים נישט זען,
איז דער משפּט פֿאַר אים,
און דאַרפֿסט האַרן אױף אים.
15 און אַצונד, האָט דען פֿאַר גאָרנישט געשטראָפֿט זײַן צאָרן?
און װײס ער נישט װױל פֿון דער מוטװיליקײט?
16 אָבער אִיובֿ עפֿנט מיט נאַרישקײט זײַן מױל,
אָן פֿאַרשטאַנדיקײט מערט ער װערטער.