1 און אֶליהוא האָט װײַטער געזאָגט:
2 װאַרט מיר אַ װײַלע, און איך װעל דיר זאָגן,
װאָרעם פֿאַראַן נאָך װערטער װעגן אֱלוֹהַּ.
3 איך װעל אױפֿהײבן מײַן געדאַנק װײַט אַהין,
און מײַן באַשעפֿער װעל איך געבן גערעכטיקײט.
4 װאָרעם פֿאַר װאָר, נישט פֿאַלש זײַנען מײַנע װערטער,
אױפֿריכטיק אין געדאַנקען בין איך צו דיר.
5 זע, אֵל איז מאַכטיק, אָבער ער פֿאַראַכט קײנעם נישט;
ער איז מאַכטיק אין כּוֹח פֿון פֿאַרשטאַנדיקײט.
6 ער לאָזט נישט דעם רשע בלײַבן לעבן,
און גיט די אָרימע זײער רעכט.
7 ער נעמט נישט אַראָפּ זײַנע אױגן פֿון דעם צדיק;
און מיט מלכים אױפֿן טראָן זעצט ער זײ אױף אײביק,
און זײ װערן דערהײכט.
8 און אױב זײ זײַנען געשמידט אין קײטן,
באַצװוּנגען אין שטריק פֿון פּײַן,
9 רעדט ער זײ אױס זײער טוּונג,
און זײערע פֿאַרברעכן װען זײ שטאַרקן זיך.
10 ער אַנטפּלעקט זײער אױער פֿאַר מוסר,
און הײסט, אַז זײ זאָלן זיך אומקערן פֿון אומרעכט.
11 אױב זײ הערן, און דינען,
ענדיקן זײ זײערע טעג אין גוטס,
און זײערע יאָרן אין נַחַת.
12 און אױב זײ הערן נישט, קומען זײ אום דורכן שװערד,
און פֿאַרגײען אָן פֿאַרשטאַנדיקײט.
13 אָבער די זינדיקע אין האַרצן לײגן אָן צאָרן;
זײ שרײַען נישט צו אים װען ער בינדט זײ.
14 אין יוגנט שטאַרבט זײער זעל,
און זײער לעבן – װי די שאַנדיונגען.
15 ער ראַטעװעט דעם געדריקטן דורך זײַן געדריקטקײט,
און אַנטפּלעקט דורך דער נױט זײער אױער.
16 און אױך דיך װאָלט ער אַרױסגעצױגן פֿון דער קלעם,
אין דערברײטערניש װוּ קײן ענגשאַפֿט איז נישטאָ;
און דאָס געדעק פֿון דײַן טיש װאָלט פֿול זײַן מיט פֿעטקײט.
17 װײַל אָבער ביסט פֿול מיט דער טענה פֿון דעם רשע
האַלט דיך דער משפּט און די גערעכטיקײט.
18 פֿאַר װאָר, עס איז דאָ צאָרן, אַזױ היט זיך אַז דו זאָלסט נישט אַװעקגענומען װערן מיט אַ שלאָג,
װאָס אַפֿילו אַ גרױסע אױסלײזונג װעט דיך נישט דערפֿון קענען באַפֿרײַען.
19 זאָל ער דען שאַצן דײַן רײַכטום?
נײן, קײן שום גאָלד און קײן שום כּוֹח.
20 זאָלסט נישט געלוסטן די נאַכט,
װען פֿעלקער װערן פֿאַרשװוּנדן אױפֿן אָרט.
21 היט זיך זאָלסט זיך נישט קערן צו אומרעכט,
הגם דו װאָלסט דאָס אױסדערװײלט אײדער פּײַן.
22 זע, אֵל איז דערהױבן אין זײַן שטאַרקײט;
װער איז אַזאַ לערער װי ער?
23 װער האָט אים באַפֿױלן זײַן װעג?
און װער קען זאָגן: דו טוסט אַן עװלה?
24 געדענק, אַז דו זאָלסט גרײסן זײַן װערק
װאָס מענטשן האָבן באַזונגען.
25 אַלע מענטשנקינדער האָבן עס געזען,
דער מענטש קוקט עס אָן פֿון דער װײַטן.
26 זע, אֵל איז גרױס, און מיר פֿאַרשטײען נישט,
די צאָל פֿון זײַנע יאָרן איז נישט צו דערפֿאָרשן.
27 װאָרעם ער ציט אָפּ די טראָפּנס װאַסער,
זײ זאָלן זײַען רעגן פֿון זײַן נעפּל;
28 װען די הימלען פֿליסן,
און טריפֿן אױף מענטשן אַ סך.
29 יאָ, צי פֿאַרשטײט מען די שפּרײטונגען פֿון װאָלקן,
די געפּילדערס פֿון זײַן געצעלט?
30 זע, ער שפּרײט אױס דערױף זײַן ליכט;
און די װאָרצלען פֿון ים דעקט ער צו.
31 װאָרעם דערמיט משפּט ער פֿעלקער,
גיט ער שפּײַז אין שפֿע.
32 ער שפּרײט אױס אױפֿן הימלװעלב דעם בליץ,
און באַפֿעלט אים ער זאָל טרעפֿן.
33 עס זאָגט אָן װעגן אים
דער צאָרן, דער כּעס פֿון דעם שטורעם.