Publicidade

Jó 23

1 האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:

2 הײַנט אױך איז ביטער מײַן קלאָג,

מײַן האַנט איז שװער פֿון װעגן מײַן זיפֿצן.

3 הלװאַי װײס איך װוּ איך געפֿין אים,

װי איך קום צו זײַן אָרט!

4 איך װאָלט פֿאָרגעלײגט פֿאַר אים דעם משפּט,

און מײַן מױל װאָלט איך אָנגעפֿילט מיט טענות.

5 איך װאָלט װיסן װאָס ער װאָלט מיר ענטפֿערן,

און פֿאַרשטײן װאָס ער װאָלט מיר זאָגן.

6 װאָלט ער מיט גרױס כּוֹח געקריגט מיט מיר?

נײן; נײַערט אַכט געטאָן װאָלט ער אױף מיר.

7 דענצמאָל װאָלט דער רעכטפֿאַרטיקער געטענהט מיט אים,

און איך װאָלט אױף אײביק אַנטרונען פֿון מײַן ריכטער.

8 זע, איך גײ פֿאַרױס, און ער איז נישטאָ,

און אַהינטער, און איך מערק אים נישט;

9 לינקס אַז ער איז פֿאַרטאָן, זע איך נישט,

ער פֿאַרדרײט זיך רעכטס, און איך מערק נישט.

10 אָבער ער װײס דעם װעג װאָס בײַ מיר,

ער האָט מיך געפּרוּװט, איך בין װי גאָלד אַרױס.

11 אָן זײַן טריט האָט זיך געהאַלטן מײַן פֿוס,

זײַן װעג האָב איך געהיט, און זיך נישט אָפּגענײגט.

12 װוּ אַ געבאָט פֿון זײַנע ליפּן, האָב איך זיך נישט אָפּגעקערט;

מער װי מײַן אױסקומעניש האָב איך געהיט די װערטער פֿון זײַן מױל.

13 אָבער ער האַלט זיך בײַ אײנס, און װער קען אים אָפּהאַלטן?

און זײַן זעל באַגערט, און ער טוט.

14 יאָ, ער װעט אױספֿירן װאָס מיר איז באַשערט,

און פֿיל אַזױנס איז נאָך דאָ בײַ אים.

15 דערום בין איך דערשראָקן פֿאַר אים;

איך באַטראַכט, און האָב מורא פֿאַר אים.

16 און אֵל האָט שלאַף געמאַכט מײַן האַרץ,

און שַדַי האָט מיך אײַנגעשראָקן.

17 װאָרעם איך בין נישט אױסגעמעקט געװאָרן פֿון דעם חושך,

און פֿאַר מײַן פּנים האָט פֿאַרדעקט אַ פֿינצטערניש.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-29_22-07-56-