1 האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:
2 איך האָב געהערט פֿיל אַזױנס;
צרהדיקע טרײסטער זײַט איר אַלע.
3 װעט זײַן אַ סוף צו די װינטיקע רײד?
אָדער װאָס שפּאַרט דיך אַז דו זאָלסט ענטפֿערן?
4 איך װאָלט אױך געקענט רעדן װי איר
אַז איר װאָלט געװען אױף מײַן אָרט;
איך װאָלט געקניפּט װערטער אױף אײַך,
און געשאָקלט אױף אײַך מײַן קאָפּ.
5 איך װאָלט אײַך געשטאַרקט מיט מײַן מױל,
און דער באַדױער פֿון מײַנע ליפּן װאָלט אײַך געלינדערט.
6 אַז סײַ איך רעד, װערט נישט געמינערט מײַן װײטאָג,
און סײַ איך הער אױף, גײט ער פֿון מיר נישט אַװעק;
7 פֿאַר װאָר, אַצונד האָט ער מיך פֿאַרמאַטערט;
האָסט צעגרױלט מײַן גאַנצע געזעלנשאַפֿט.
8 און האָסט מיך צעקנײטשט –
צום עדות איז עס געװאָרן;
און מײַן מאָגערקײט שטײט אױף קעגן מיר,
מיר אין פּנים קלאָגט זי אָן.
9 זײַן צאָרן האָט פֿאַרצוקט מיט פֿײַנטשאַפֿט,
ער האָט געקריצט אױף מיר מיט זײַנע צײן;
מײַן שׂונא שלײַפֿט זײַנע אױגן אױף מיר.
10 מע שפּאַרט אױף דאָס מױל אױף מיר,
מיט שאַנד פּאַטשט מען מײַנע באַקן;
אין אײנעם קלײַבן זײ זיך אױף מיר.
11 אֵל ענטפֿערט מיך איבער צום פֿאַרברעכער,
און אין די הענט פֿון רשעים װאַרפֿט ער מיך.
12 רויִק בין איך געװען, און ער האָט מיך צעברעקלט,
און מיך אָנגענומען בײַם געניק, און מיך צעפּיצלט;
און ער האָט מיך אױפֿגעשטעלט פֿאַר זײַן צילברעט.
13 מיך רינגלען אַרום זײַנע שיסער,
ער שפּאַלט מײַנע נירן, און דערבאַרעמט נישט,
ער גיסט אױס צו דער ערד מײַן גאַל.
14 ער צעברעכט מיך אַ בראָך אױף אַ בראָך,
ער לױפֿט קעגן מיר װי אַ קריגסמאַן.
15 זאַק האָב איך אױפֿגענײט אױף מײַן הױט,
און געװעלגערט אין אַש מײַן האָרן.
16 מײַן פּנים איז רױט פֿון געװײן,
און אױף מײַנע ברעמען איז שאָטן פֿון טױט,
17 פֿאַר קײן אומרעכט, נישט אין מײַנע הענט,
בעת מײַן תּפֿילה איז רײן.
18 ערד, זאָלסט נישט צודעקן מײַן בלוט,
און זאָל נישט קײן אָרט זײַן פֿאַר מײַן געשרײ!
19 אַפֿילו איצט אָט איז אין הימל מײַן עדות-זאָגער,
און מײַן מליץ איז אױך אין דער הײך.
20 מײַנע פֿירשפּעכערס זענען מײַנע שפּעטערס;
צו אֱלוֹהַּ טוט טריפֿן מײַן אױג,
21 הלװאַי אַז ער זאָל משפּטן צװישן אַ מאַן מיט אֱלוֹהַּ,
װי צװישן אַ מענטשנקינד און זײַן חבֿר.
22 װאָרעם די געצײלטע יאָרן גײען,
און איך װעל אַװעק אױף אַ װעג פֿון װאַנען איך װעל זיך נישט אומקערן.