Publicidade

Jó 17

1 מײַן גײַסט איז צעװײטאָקט,

מײַנע טעג זײַנען פֿאַרלאָשן,

דער קבֿר איז פֿאַר מיר.

2 פֿאַר װאָר, שפּעטער זײַנען מיט מיר,

און אױף זײער ערגערן מוז רוען מײַן אױג.

3 קער זיך צו, איך בעט דיך,

זײַ עָרבֿ פֿאַר מיר בײַ דיר אַלײן;

װער דען זאָל מיר אַ האַנטשלאָג געבן?

4 װאָרעם זײער האַרץ האָסטו פֿאַרבאָרגן פֿון שׂכל,

צום ריכטיקן טוסטו זײ נישט דערהײבן.

5 דער װאָס מסרט פֿון חֵלֶק װעגן חבֿרים,

אַזש אױסגײן זאָלן די אױגן פֿון זײַנע קינדער!

6 יאָ, ער האָט מיך געשטעלט פֿאַר אַ װערטל בײַ לײַט,

און צו שפּײַען אין פּנים בין איך געװאָרן.

7 און טונקל פֿון ערגערניש איז מײַן אױג,

און מײַנע גלידער זײַנען װי אַ שאָטן אַלע.

8 די רעכטפֿאַרטיקע װערן צעגרױלט דעריבער,

און דער אומשולדיקער װערט אױפֿן זינדיקן אױפֿגעבראַכט.

9 און דער גערעכטער זאָל אָנהאַלטן זײַן װעג,

און דער װאָס האָט רײנע הענט זאָל מערן שטאַרקײט!

10 איר אַלע אָבער קומט אַקאָרשט װידער אַהער,

און איך װעל נישט געפֿינען אַ קלוגן צװישן אײַך.

11 מײַנע טעג זײַנען פֿאַרגאַנגען,

מײַנע געדאַנקען זײַנען צעריסן –

די טראַכטענישן פֿון מײַן האַרצן.

12 נאַכט פֿאַר טאָג מאַכן זײ:

נאָנט איז דאָס ליכט װײַל עס איז פֿינצטער.

13 אַז איך ריכט זיך אױף דער שְׁאֹול װי מײַן הײם,

אין פֿינצטערניש בעט איך אױס מײַן געלעגער,

14 צום קבֿר רוף איך: ביסט מײַן פֿאָטער!

מײַן מוטער און מײַן שװעסטער צום װאָרעם,

15 הײַנט װוּ דען איז מײַן האָפֿענונג?

יאָ, מײַן האָפֿענונג װער װעט זי אָנזען?

16 צו די ריגלען פֿון שְׁאֹול װעט זי נידערן,

װען אין אײנעם אין שטױב װעלן מיר רוען.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-