1 האָט געענטפֿערט אִיובֿ, און האָט געזאָגט:
2 אמת, איך װײס אַז אַזױ איז עס;
אָבער װי קען אַ מענטש גערעכט זײַן פֿאַר אֵל?
3 אַז ער זאָל װעלן זיך קריגן מיט אים,
װאָלט ער אים נישט געקענט ענטפֿערן אײנס פֿון טױזנט.
4 קלוג אין האַרצן, און שטאַרק אין כּוֹח –
װער קען זיך עקשנען קעגן אים און אַרױס גאַנץ?
5 דער װאָס רוקט איבער בערג, און זײ מערקן נישט,
װען ער קערט זײ איבער אין זײַן צאָרן.
6 דער װאָס טרײסלט אױף די ערד פֿון איר אָרט,
אַז אירע זײַלן ציטערן.
7 דער װאָס הײסט דער זון, און זי שײַנט נישט,
און די שטערן פֿאַרחתמעט ער.
8 ער האָט אױסגעשפּרײט די הימלען אַלײן,
און ער טרעט אױף די הײכן פֿון ים.
9 ער האָט געמאַכט דעם בערשטערן,
דעם אָריאָן און דעם זיבנשטערן,
און די קאַמערן פֿון דָרום.
10 ער טוט גרױסע זאַכן אַזש נישט צו דערפֿאָרשן,
און װוּנדער אַזש אָן אַ צאָל.
11 אָט גײט ער מיר פֿאַרבײַ, און איך זע נישט,
און ער ציט דורך, און איך מערק אים נישט.
12 אָט כאַפּט ער אַװעק – װער קען אים אָפּהאַלטן?
װער קען אים זאָגן: װאָס טוסטו?
13 אֱלוֹהַּ קערט נישט אָפּ זײַן צאָרן;
אונטער אים האָבן זיך געבױגן די העלפֿער פֿון רַהַבֿ.
14 הײַנט װי שױן קען איך אים ענטפֿערן,
קלײַבן מײַנע װערטער קעגן אים?
15 װאָס אַפֿילו איך זאָל גערעכט זײַן, קען איך נישט ענטפֿערן;
בעטן מוז איך זיך בײַ דעם װאָס משפּט מיך.
16 אַפֿילו איך זאָל רופֿן און ער זאָל ענטפֿערן,
װאָלט איך נישט גלױבן אַז ער האָט פֿאַרנומען מײַן קֹול.
17 ער װאָס צערײבט מיך מיט שטורעמװינט,
און מערט מײַנע װוּנדן בחנם.
18 ער לאָזט מיך מײַן אָטעם נישט אָפּציִען,
נײַערט ער זעטיקט מיך מיט ביטערנישן.
19 אױב אין כּוֹח, איז ער מאַכטיקער,
און אױב אױף אַ משפּט: װער קען מיך לאָדן?
20 אַפֿילו איך זאָל זײַן גערעכט, װעט מײַן מױל מיך פֿאַרשולדיקן;
איך מעג זײַן אומשולדיק, װעט ער מיך מאַכן פֿאַר קרום.
21 איך בין אומשולדיק;
מיך אַרט נישט מײַן נפֿש,
מיר איז נימאס מײַן לעבן.
22 עס איז אַלץ אײנס, דערום זאָג איך:
דעם אומשולדיקן אַזױ װי דעם רשע פֿאַרלענדט ער.
23 װען די רוט טײט פּלוצלינג,
שפּאָט ער אױף דעם גוססן פֿון די אומשולדיקע.
24 די ערד איז איבערגעגעבן אין דער האַנט פֿון רשע;
דעם פּנים פֿון אירע ריכטער פֿאַרדעקט ער;
אױב נישט, װער דען איז דאָס?
25 און מײַנע טעג זײַנען פֿלינקער פֿון אַ לױפֿער,
זײ זײַנען אַנטלאָפֿן, נישט אָנגעזען גוטס.
26 זײ זײַנען אַװעק גלײַך װי ראָרשיפֿן,
װי אַן אָדלער װאָס שװעבט אױפֿן עסן.
27 אַז איך זאָג, איך װעל פֿאַרגעסן מײַן קלאָג,
אַװעקװאַרפֿן מײַן אומעטיק פּנים, און זיך אױפֿמונטערן,
28 שרעק איך זיך פֿאַר אַלע מײַנע װײטאָגן,
איך װײס אַז דו װעסט מיר נישט שענקען.
29 שולדיק מוז איך בלײַבן,
טאָ נאָך װאָס זאָל איך מיך מיִען אומנישט?
30 אַז איך װאָלט זיך געװאַשן מיט שנײװאַסער,
און גערײניקט מיט לױג מײַנע הענט,
31 װעסטו דענצמאָל אין אַ גראָבן מיך אײַנטונקען,
אַז מײַנע קלײדער װעלן זיך עקלען מיט מיר.
32 װאָרעם נישט אַ מענטש װי איך איז ער, איך זאָל אים ענטפֿערן,
מיר זאָלן אין אײנעם צום משפּט גײן.
33 נישטאָ צװישן אונדז קײן אַנטשײדער,
װאָס זאָל לײגן זײַן האַנט אױף אונדז בײדן.
34 זאָל ער אָפּטאָן פֿון מיר זײַן רוט,
און זײַן אימה זאָל מיך נישט שרעקן,
35 װעל איך רעדן, און נישט מורא האָבן פֿאַר אים;
אָבער עס איז נישט װי בײַ מיר.