1 האָט געענטפֿערט בִלדַד דער שוחי, און האָט געזאָגט:
2 געװעלטיקײט און פֿאָרכטיקײט זײַנען בײַ אים;
ער שאַפֿט שלום אין זײַנע הײכן.
3 איז דאָ אַ צאָל צו זײַנע מחנות?
און אױף װעמען גײט נישט אױף זײַן ליכט?
4 און װי קען דען אַ מענטש גערעכט זײַן מיט אֵל?
און װי קען רײן זײַן אַ געבאָרענער פֿון אַ פֿרױ?
5 זע, אַזש די לבֿנה איז נישט העל,
און די שטערן זײַנען נישט רײן אין זײַנע אױגן,
6 הײַנט װי שױן אַ מענטש אַ װאָרעם,
און אַ מענטשנקינד אַ מילב?