1 האָט געענטפֿערט אֶליפַֿז דער תֵּימָני, און האָט געזאָגט:
2 ברענגט דען דער מענטש אַ נוץ אֵל?
נײַערט זיך אַלײן ברענגט אַ נוץ דער פֿאַרשטאַנדיקער.
3 האָט שַדַי אַ טובֿה אַז דו ביסט אַ צדיק?
אָדער אַ געװין אַז דו ביסט ערלעך אין דײַנע װעגן?
4 צי װעגן דײַן יִרְאַת שטראָפֿט ער דיך,
און גײט צום משפּט מיט דיר?
5 איז נישט דײַן שלעכטיקײט גרױס,
און אָן אַ שיעור דײַנע זינד?
6 װאָרעם פֿלעגסט נעמען אַ משכּון בײַ דײַנע ברידער אומזיסט,
און די בגדים פֿון די נאַקעטע פֿלעגסטו אױסטאָן.
7 אַ טרונק װאַסער דעם פֿאַרשמאַכטן פֿלעגסטו נישט געבן,
און פֿון דעם הונגעריקן פֿלעגסטו פֿאַרמײַדן ברױט.
8 יאָ, דעם מאַן מיטן אָרעם, אים געהערט די ערד,
און דער אָנגעזעענער, ער מעג װױנען אױף איר.
9 אַלמנות האָסטו אַװעקגעשיקט מיט לײדיקן,
און די אָרעמס פֿון יתומים פֿלעגן צעדריקט װערן.
10 דערום זײַנען נעצן רונד אַרום דיר,
און דיך שרעקט אַ פּלוצימדיקער פַּחד,
11 אָדער אַ פֿינצטערניש, אַז דו קענסט נישט זען,
און אַ פֿלײצונג װאַסער פֿאַרדעקט דיך.
12 פֿאַר װאָר, אֱלוֹהַּ איז אין דער הײך פֿון די הימלען,
און זע, די העכסטע שטערן װי דערהױבן זײ זײַנען;
13 און דו זאָגסט: װאָס װײס אֵל?
צי קען ער דורכן נעבל משפּטן?
14 װאָלקנס זײַנען אים אַ פֿאַרבאָרגעניש, און ער זעט נישט,
און איבער דעם צירקל פֿון הימל גײט ער אום.
15 װילסטו אָנהאַלטן דעם אַלטן װעג,
װאָס די לײַט פֿון אומרעכט האָבן געטרעטן?
16 די װאָס זײַנען אײַנגעגאַנגען פֿאַר דער צײַט,
װאָס זײער גרונטפֿעסט איז װי אַ טײַך צערונען געװאָרן;
17 די װאָס האָבן געזאָגט צו אֵל: קער זיך אָפּ פֿון אונדז!
און װאָס קען זײ טאָן שַדַי?
18 בעת ער האָט אָנגעפֿילט זײערע הײַזער מיט גוטס –
יאָ, די טראַכטונג פֿון די רשעים איז װײַט פֿון מיר. –
19 די גערעכטע האָבן געזען, און זיך געפֿרײט,
און דער אומשולדיקער האָט געשפּעט פֿון זײ:
20 פֿאַר װאָר, פֿאַרטיליקט געװאָרן איז זײער באַשטאַנד,
און זײער שפֿע האָט פֿאַרצערט דאָס פֿײַער.
21 באַקען זיך נאָר מיט אים, און זײַ אין פֿריד –
דורך דעם װעט דיר אָנקומען גוטס.
22 נעם נאָר צו לערנונג פֿון זײַן מױל,
און טו אַרײַן זײַנע װערטער אין דײַן האַרצן.
23 אַז דו װעסט זיך אומקערן צום שַדַי,
װעסטו אױפֿגעריכט װערן –
אַז דו װעסט דערװײַטערן אומרעכט פֿון דײַנע געצעלטן.
24 און װאַרף אין שטױב דאָס גאָלדאַרץ,
און צװישן געשטײן פֿון די טאָלן דאָס אוֹפֿיר-גאָלד;
25 און שַדַי זאָל זײַן דײַן גאָלדאַרץ,
און קרוּװעס זילבער בײַ דיר.
26 װאָרעם דענצמאָל װעסטו מיטן שַדַי זיך קװיקן,
און װעסט אױפֿהײבן צו אֱלוֹהַּ דײַן פּנים.
27 װעסט בעטן צו אים, און ער װעט דיך צוהערן,
און דײַנע נדרים װעסטו באַצאָלן.
28 און װעסט באַשליסן אַ זאַך, און זי װעט דיר צו שטאַנד קומען,
און אױף דײַנע װעגן װעט שײַנען אַ ליכטיקײט.
29 אַז מע האָט דיך דערנידערט, האָסטו געזאָלט זאָגן:
עס איז אַ דערהײבונג;
װאָרעם ער העלפֿט דעם װאָס האַלט נידעריק די אױגן.
30 װוּ אַן אומשולדיקן מאַכט ער אַנטרינען,
און װעסט אַנטרונען װערן דורך דער רײנקײט פֿון דײַנע הענט.