Publicidade

1 Reis 18

1 און עס איז געװען נאָך פֿיל טעג, איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו אֵלִיָהון – אױפֿן דריטן יאָר – אַזױ צו זאָגן: גײ װײַז זיך פֿאַר אַחאָבֿן, און איך װעל געבן רעגן אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד.

2 איז אֵלִיָהו געגאַנגען זיך װײַזן פֿאַר אַחאָבֿן. און דער הונגער איז געװען שטאַרק אין שוֹמרוֹן. 3 און אַחאָבֿ האָט גערופֿן עוֹבַֿדיָהן װאָס איבערן פּאַלאַץ – און עוֹבַֿדיָהו האָט זײער געפֿאָרכט ה׳; 4 און עס איז געװען, אַז אִיזֶבֿל האָט פֿאַרשניטן די נבֿיאים פֿון ה׳, האָט עוֹבַֿדיָהו גענומען הונדערט נבֿיאים, און האָט זײ באַהאַלטן צו פֿופֿציק מאַן אין אַ הײל, און האָט זײ אױסגעהאַלטן מיט ברױט און מיט װאַסער – 5 און אַחאָבֿ האָט געזאָגט צו עוֹבַֿדיָהו: גײ דורכן לאַנד בײַ אַלע קװאַלן װאַסער און בײַ אַלע טײַכן; אפֿשר װעלן מיר געפֿינען גראָז, און מיר װעלן דערהאַלטן בײַם לעבן די פֿערד און די מױלאײזלען, אַז מיר זאָלן נישט אָנװערן די בהמות.

6 האָבן זײ זיך צעטײלט דאָס לאַנד, כּדי דורכצוגײן דורך דעם: אַחאָבֿ איז געגאַנגען אַלײן אין זײַן װעג, און עוֹבַֿדיָהו איז געגאַנגען אַלײן אין אַן אַנדער װעג.

7 און װי עוֹבַֿדיָהו איז געװען אין װעג, ערשט אֵלִיָהו קומט אים אַנטקעגן. האָט ער אים דערקענט, און ער איז געפֿאַלן אױף זײַן פּנים, און האָט געזאָגט: ביסט דו דאָס, מײַן האַר אֵלִיָהו? 8 האָט ער צו אים געזאָגט: איך; גײ זאָג דײַן האַר: אָן איז אֵלִיָהו. 9 האָט ער געזאָגט: װאָס האָב איך געזינדיקט, אַז דו װילסט געבן דײַן קנעכט אין אַחאָבֿס האַנט, מיך צו טײטן? 10 אַזױ װי עס לעבט ה׳ דײַן ג-ט, אױב עס איז דאָ אַ פֿאָלק אָדער אַ קיניגרײַך, װאָס מײַן האַר האָט נישט געשיקט אַהין דיך זוכן! און אַז זײ האָבן געזאָגט: נישטאָ, האָט ער געמאַכט שװערן דאָס פֿאָלק און דאָס קיניגרײַך, אַז מע האָט דיך נישט געפֿונען. 11 און אַצונד זאָגסטו: גײ זאָג דײַן האַר: אָן איז אֵלִיָהו. 12 און עס װעט זײַן, װי איך װעל אַװעקגײן פֿון דיר, אַזױ װעט דער גײַסט פֿון ה׳ דיך פֿאַרטראָגן, איך װײס נישט װוּהין, און אַז איך װעל קומען אָנזאָגן אַחאָבֿן, און ער װעט דיך נישט געפֿינען, װעט ער מיך הרגען; און דײַן קנעכט פֿאָרכט ה׳ פֿון מײַן יוגנט אָן. 13 איז נישט דערצײלט געװאָרן צו מײַן האַר װאָס איך האָב געטאָן, װען אִיזֶבֿל האָט אױסגעהרגעט די נבֿיאים פֿון ה׳, װי איך האָב באַהאַלטן הונדערט מאַן פֿון די נבֿיאים צו פֿופֿציק מאַן אין אַ הײל, און האָב זײ אױסגעהאַלטן מיט ברױט און מיט װאַסער? 14 און אַצונד זאָגסטו: גײ זאָג דײַן האַר: אָן איז אֵלִיָהו; און ער װעט מיך הרגען.

15 האָט אֵלִיָהו געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט ה׳ צבָֿאוֹת װאָס איך שטײ פֿאַר אים, אַז הײַנט װעל איך זיך װײַזן פֿאַר אים!

16 איז עוֹבַֿדיָהו געגאַנגען אַנטקעגן אַחאָבֿן, און האָט אים דערצײלט; און אַחאָבֿ איז געגאַנגען אַנטקעגן אֵלִיָהון. 17 און עס איז געװען, װי אַחאָבֿ האָט דערזען אֵלִיָהון, אַזױ האָט אַחאָבֿ צו אים געזאָגט: ביסט דו דאָס, פֿאַראומגליקער פֿון יִשׂרָאֵל? 18 האָט ער געזאָגט: נישט איך האָב פֿאַראומגליקט יִשׂרָאֵל, נאָר דו און דײַן פֿאָטערס הױז, מיט װאָס איר האָט פֿאַרלאָזן די געבאָט פֿון ה׳, און ביסט געגאַנגען נאָך די בַעַל-געטער. 19 און אַצונד, שיק זאַמל אײַן צו מיר גאַנץ יִשׂרָאֵל אױפֿן באַרג כַּרמֶל, און די פֿיר הונדערט און פֿופֿציק נבֿיאים פֿון בַעַל, און די פֿיר הונדערט נבֿיאים פֿון דער אַשֵרָה, װאָס עסן בײַם טיש פֿון אִיזֶבֿלען.

20 האָט אַחאָבֿ געשיקט צװישן אַלע קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און האָט אײַנגעזאַמלט די נבֿיאים אױפֿן באַרג כַּרמֶל. 21 און אֵלִיָהו האָט גענענט צום גאַנצן פֿאָלק, און האָט געזאָגט: ביז װאַנען װעט איר אומשפּרינגען אױף צװײ צװײַגן? אױב ה׳ איז האלֹקים, גײט נאָך אים, און אױב בַעַל, גײט נאָך אים. און דאָס פֿאָלק האָט אים אַ װאָרט נישט געענטפֿערט.

22 האָט אֵלִיָהו געזאָגט צום פֿאָלק: איך אַלײן בין געבליבן אַ נבֿיא צו ה׳, און די נבֿיאים פֿון בַעַל זײַנען פֿיר הונדערט און פֿופֿציק מאַן.

23 טאָ זאָל מען אונדז געבן צװײ אָקסן; און זאָלן זײ זיך אױסקלײַבן אײן אָקס, און אים צעשנײַדן און אַרױפֿלײגן אױפֿן האָלץ, און פֿײַער זאָלן זײ נישט אונטערלײגן. און איך װעל מאַכן דעם אַנדער אָקס, און אַרױפֿטאָן אױפֿן האָלץ, און פֿײַער װעל איך נישט אונטערלײגן. 24 און איר װעט רופֿן צו דעם נאָמען פֿון אלוקיכם, און איך װעל רופֿן צו דעם נאָמען פֿון ה׳; און עס װעט זײַן, דער ה׳ װאָס װעט ענטפֿערן מיט פֿײַער, ער איז ה׳. האָט זיך אָפּגערופֿן דאָס גאַנצע פֿאָלק און האָט געזאָגט: װױל גערעדט!

25 האָט אֵלִיָהו געזאָגט צו די נבֿיאים פֿון בַעַל: קלײַבט אײַך אױס אײן אָקס, און מאַכט אים צוערשט, װאָרעם איר זײַט די פֿיל; און רופֿט צו דעם נאָמען פֿון אלוקיכם, און פֿײַער זאָלט איר נישט אונטערלײגן.

26 האָבן זײ גענומען דעם אָקס װאָס מע האָט זײ געגעבן, און זײ האָבן אים געמאַכט, און האָבן גערופֿן צו דעם נאָמען פֿון בַעַל, פֿון פֿרימאָרגן ביזן מיטן טאָג, אַזױ צו זאָגן: בַעַל, ענטפֿער אונדז! אָבער קײן קֹול און קײן ענטפֿער. װי זײ האָבן געהונקען אַרום דעם מזבח װאָס מע האָט געמאַכט. 27 און עס איז געװען אין מיטן טאָג, האָט אֵלִיָהו געשפּעט פֿון זײ, און ער האָט געזאָגט: רופֿט אױף אַ הױכן קֹול, װאָרעם ער איז אַ ג-ט; ער האָט זיך מסתּם פֿאַררעדט, אָדער ער איז אַװעק אָן אַ זײַט, אָדער ער איז אין װעג; אפֿשר שלאָפֿט ער, און װעט זיך אױפֿכאַפּן.

28 און זײ האָבן גערופֿן אױף אַ הױכן קֹול, און האָבן זיך אײַנגעשניטן, אַזױ װי זײער שטײגער, מיט שװערדן און מיט שפּיזן, ביז בלוט האָט זיך געגאָסן אױף זײ. 29 און עס איז געװען, אַז דער מיטן טאָג איז אַריבער, האָבן זײ נבֿיאות געזאָגט ביז װען מע ברענגט אױף דעם אָװנט-קָרבָּן, אָבער קײן קֹול און קײן ענטפֿער און קײן הערונג.

30 האָט אֵלִיָהו געזאָגט צום גאַנצן פֿאָלק: גענענט צו מיר. האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק גענענט צו אים, און ער האָט פֿאַרריכט דעם צעשטערטן מזבח פֿון ה׳. 31 און אֵלִיָהו האָט גענומען צװעלף שטײנער אַזױ װי די צאָל פֿון די שבֿטים פֿון די קינדער פֿון יעקבֿ, װאָס דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו אים, אַזױ צו זאָגן: יִשׂרָאֵל זאָל זײַן דײַן נאָמען. 32 און ער האָט אױפֿגעבױט פֿון די שטײנער אַ מזבח צו דעם נאָמען פֿון ה׳, און האָט געמאַכט אַ גראָבן, גרױס װי פֿאַר צװײ סְאָה זריעה, רונד אַרום מזבח. 33 און ער האָט אױסגעלײגט דאָס האָלץ, און צעשניטן דעם אָקס, און אַרױפֿגעטאָן אױפֿן האָלץ. 34 און ער האָט געזאָגט: פֿילט אָן פֿיר קריג מיט װאַסער, און גיסט אַרױף אױף דעם בראַנדאָפּפֿער און אױפֿן האָלץ. און ער האָט געזאָגט: טוט עס אַ צװײט מאָל; און זײ האָבן עס געטאָן אַ צװײט מאָל. האָט ער געזאָגט: טוט עס אַ דריט מאָל; און זײ האָבן עס געטאָן אַ דריט מאָל. 35 און דאָס װאַסער איז געגאַנגען רונד אַרום מזבח; און אױך דעם גראָבן האָט ער אָנגעפֿילט מיט װאַסער.

36 און עס איז געװען װען מע ברענגט אױף דעם אָװנט-קָרבָּן, האָט אֵלִיָהו הנבֿיא גענענט און האָט געזאָגט: ה׳ דו אלוקי אבֿרהם, יִצחָק, און יִשׂרָאֵל, זאָל הײַנט באַװוּסט װערן אַז דו ביסט ג-ט אין יִשׂרָאֵל, און איך בין דײַן קנעכט, און דורך דײַן װאָרט האָב איך געטאָן אַלע די דאָזיקע זאַכן. 37 ענטפֿער מיר, ה׳, ענטפֿער מיר. און זאָל דאָס דאָזיקע פֿאָלק װיסן אַז דו ה׳ ביסט האלֹקים; אַזיסט קערסטו אָפּ זײער האַרץ אַהינטער.

38 איז אַראָפּגעפֿאַלן אַ פֿײַער פֿון ה׳, און האָט פֿאַרצערט דאָס בראַנדאָפּפֿער, און דאָס האָלץ, און די שטײנער, און די ערד; אַפֿילו דאָס װאַסער אין גראָבן האָט עס אױסגעלעקט. 39 און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזען, און זײ זײַנען געפֿאַלן אױף זײער פּנים, און האָבן געזאָגט: ה׳, ער איז האלֹקים! ה׳, ער איז האלֹקים!

40 האָט אֵלִיָהו צו זײ געזאָגט: כאַפּט די נבֿיאים פֿון בַעַל; קײנער זאָל נישט אַנטרונען װערן פֿון זײ. האָבן זײ זײ געכאַפּט, און אֵלִיָהו האָט זײ געמאַכט נידערן צום טײַך קישון, און האָט זײ דאָרטן געשאָכטן.

41 און אֵלִיָהו האָט געזאָגט צו אַחאָבֿן: גײ אַרױף, עס און טרינק, װאָרעם עס איז אַ גערױש פֿון אַ סך רעגן.

42 איז אַחאָבֿ אַרױפֿגעגאַנגען עסן און טרינקען. און אֵלִיָהו איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן שפּיץ כַּרמֶל, און האָט זיך אײַנגעבױגן צו דער ערד, און אַרײַנגעטאָן זײַן פּנים צװישן זײַנע קני. 43 און ער האָט געזאָגט צו זײַן יונג: גײ אַקאָרשט אַרױף, טו אַ קוק קעגן ים. איז ער אַרױפֿגעגאַנגען און האָט געקוקט, און ער האָט געזאָגט: נישטאָ גאָרנישט. האָט ער געזאָגט: גײ װידער, זיבן מאָל. 44 און עס איז געװען אױפֿן זיבעטן מאָל, האָט ער געזאָגט: זע, אַ קלײן װאָלקנדל אַזױ װי די האַנט פֿון אַ מענטשן גײט אױף פֿון ים. האָט ער געזאָגט: גײ אַרױף, זאָג צו אַחאָבֿן: שפּאַן אײַן און נידער אַראָפּ, כּדי דער רעגן זאָל דיך נישט פֿאַרהאַלטן.

45 און עס איז געװען, אײדער װאָס װען איז דער הימל שװאַרץ געװאָרן פֿון װאָלקנס און געװיטער, און עס איז געװאָרן אַ גרױסער רעגן. און אַחאָבֿ האָט זיך אַרױפֿגעזעצט, און איז אַװעק קײן יִזרְעֶאל.

46 און די האַנט פֿון ה׳ איז געװען אױף אֵלִיָהון, און ער האָט אָנגעגורט זײַנע לענדן, און איז געלאָפֿן פֿאַרױס פֿאַר אַחאָבֿן ביז װוּ דו קומסט קײן יִזרְעֶאל.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-