Publicidade

1 Reis 5

1 און שלמה האָט געװעלטיקט איבער אַלע קיניגרײַכן, פֿון דעם טײַך ביז דעם לאַנד פֿון די פּלִשתּים, און ביז דעם געמאַרק פֿון מִצרַיִם. זײ האָבן געבראַכט מִנְחָה, און געדינט דעם מלך שלמה אַלע טעג פֿון זײַן לעבן.

2 און די שפּײַזונג פֿון שלמהן פֿאַר אײן טאָג איז געװען דרײַסיק קאָר זעמלמעל, און זעכציק קאָר גראָבע מעל, 3 צען פֿעטע רינדער, און צװאַנציק רינדער פֿון דער פֿיטער, און הונדערט שאָף, אַחוץ הינדן, און הירשן, און דאַמהירשן, און געשטאָפּטע קאַפּהענער. 4 װאָרעם ער האָט געװעלטיקט איבער גאַנץ דער זײַט טײַך, פֿון תִּפֿסַח און ביז עַזָה, איבער אַלע מלכים פֿון דער זײַט טײַך; און ער האָט געהאַט שלום פֿון אַלע זײַנע זײַטן רונד אַרום. 5 און יהוּדה און יִשׂרָאֵל זײַנען געזעסן אין זיכערקײט, איטלעכער אונטער זײַן װײַנשטאָק און אונטער זײַן פֿײַגנבױם, פֿון דָן ביז באֵר-שֶבַֿע, אַלע טעג פֿון שלמהן. 6 און שלמה האָט געהאַט פֿערציק טױזנט שטאַלן פֿערד פֿאַר זײַנע רײַטװעגן, און צװעלף טױזנט רײַטער. 7 און יענע געשטעלטע פֿלעגן אױסהאַלטן דעם מלך שלמה, און איטלעכן װאָס גענענט צום טיש פֿון מלך שלמה, איטלעכער אין זײַן חודש; זײ פֿלעגן נישט פֿאַרפֿעלן קײן זאַך. 8 אױך גערשטן און שטרױ פֿאַר די פֿערד און פֿאַר די יאָגפֿערד פֿלעגן זײ ברענגען אין דעם אָרט װוּהין עס האָט געהערט, איטלעכער לױט װי ער האָט געדאַרפֿט.

9 און אלֹקים האָט געגעבן שלמהן חכמה און פֿאַרשטאַנדיקײט זײער פֿיל, און ברײטקײט פֿון האַרץ אַזױ װי דער זאַמד װאָס אױפֿן ברעג פֿון ים. 10 און שלמהס חכמה איז געװען גרעסער פֿון דער חכמה פֿון אַלע קינדער פֿון מזרח, און פֿון אַל דער חכמה פֿון מִצרַיִם. 11 און ער איז געװען קליגער פֿון אַלע מענטשן, פֿון אֵיתָן דעם אֶזרָחי, און הֵימָן, און כַּלכּול, און דַרדע, די זין פֿון מָחולן. און ער האָט געהאַט אַ שֶם צװישן אַלע פֿעלקער רונד אַרום. 12 און ער האָט געזאָגט דרײַ טױזנט משלים. און זײַנע לידער זײַנען געװען טױזנט מיט פֿינף. 13 און ער האָט גערעדט איבער בײמער, פֿון דעם צעדער װאָס אין לבֿנוֹן און ביז דעם אֵזובֿ װאָס װאַקסט אַרױס פֿון װאַנט. און ער האָט גערעדט איבער בהמות, און איבער פֿױגלען, און איבער שרצים, און איבער פֿישן. 14 און פֿון אַלע אומות איז מען געקומען הערן שלמהס חכמה – פֿון אַלע מלכים פֿון דער ערד װאָס האָבן געהערט פֿון זײַן חכמה.

15 און חירָם דער מלך פֿון צוֹר האָט געשיקט זײַנע קנעכט צו שלמהן, װאָרעם ער האָט געהערט אַז מע האָט אים געזאַלבט פֿאַר אַ מלך אױף זײַן פֿאָטערס אָרט; װײַל אַ גוטער פֿרײַנט איז חירָם געװען דָוִדן אַלע טעג. 16 האָט שלמה געשיקט צו חירָמען, אַזױ צו זאָגן: 17 דו האָסט געקענט מײַן פֿאָטער דָוִדן, אַז ער האָט נישט געקענט בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון ה׳ זײַן ג-ט פֿון װעגן די מלחמות װאָס האָבן אים אַרומגערינגלט, ביז ה׳ האָט זײ געגעבן אונטער די טריט פֿון מײַנע פֿיס. 18 און אַצונד האָט ה׳ מײַן ג-ט מיך באַרוט פֿון רונד אַרום; נישטאָ קײן שטער און קײן בײז באַגעגעניש. 19 און אָט טראַכט איך צו בױען אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון ה׳ מײַן ג-ט, אַזױ װי ה׳ האָט גערעדט צו מײַן פֿאָטער דָוִדן, אַזױ צו זאָגן: דײַן זון װאָס איך װעל געבן אױף דײַן טראָן אױף דײַן אָרט, ער װעט בױען דאָס הױז צו מײַן נאָמען, 20 און אַצונד, באַפֿעל מע זאָל אױסהאַקן פֿאַר מיר צעדערן פֿון לבֿנוֹן, און מײַנע קנעכט װעלן זײַן מיט דײַנע קנעכט; און דעם לױן פֿון דײַנע קנעכט װעל איך דיר געבן װיפֿל דו װעסט זאָגן: װאָרעם דו װײסט אַז צװישן אונדז איז נישטאָ קײנער װאָס פֿאַרשטײט צו האַקן האָלצן אַזױ װי די צידוֹנים.

21 און עס איז געװען, װי חירָם האָט געהערט די װערטער פֿון שלמהן, אַזױ האָט ער זיך זײער דערפֿרײט, און ער האָט געזאָגט: ברוך ה׳ הײַנט, װאָס ער האָט געגעבן דָוִדן אַ קלוגן זון איבער דעם דאָזיקן גרױסן פֿאָלק. 22 און חירָם האָט געשיקט צו שלמהן, אַזױ צו זאָגן: איך האָב געהערט װאָס דו האָסט געשיקט צו מיר; איך װעל טאָן אַל דײַן פֿאַרלאַנג, אין צעדערהאָלץ און אין ציפּרעסנהאָלץ. 23 מײַנע קנעכט װעלן זײ אַראָפּנידערן פֿון לבֿנוֹן צום ים, און איך װעל זײ מאַכן אין פּליטן צו גײן מיטן ים ביז דעם אָרט װאָס דו װעסט מיר אָנװײַזן, און דאָרטן װעל איך זײ פֿונאַנדעררײַסן, און דו װעסט זײ אַװעקנעמען. און דו װעסט טאָן מײַן פֿאַרלאַנג צו געבן ברױט פֿאַר מײַן הױז. 24 און חירָם האָט געגעבן שלמהן צעדערהאָלץ און ציפּרעסנהאָלץ לױט אַל זײַן פֿאַרלאַנג. 25 און שלמה האָט געגעבן חירָמען צװאַנציק טױזנט קאָר װײץ, שפּײַז פֿאַר זײַן הױז, און צװאַנציק קאָר געשלאָגענע אײל. אַזױ פֿלעגט שלמה געבן חירָמען יאָר אין יאָר. 26 און ה׳ האָט געגעבן שלמהן חכמה אַזױ װי ער האָט אים געזאָגט. און עס איז געװען שלום צװישן חירָמען און צװישן שלמהן; און זײ האָבן בײדע געשלאָסן אַ ברית.

27 און דער מלך שלמה האָט אױפֿגענומען אַ צינדז פֿון גאַנץ יִשׂרָאֵל, און דער צינדז איז געװען דרײַסיק טױזנט מאַן. 28 און ער האָט זײ געשיקט אױפֿן לבֿנוֹן צו צען טױזנט מאַן אַ חודש, געביטן: אײן חודש פֿלעגן זײ זײַן אױפֿן לבֿנוֹן צװײ חדשים אין דער הײם. און אַדוֹנירם איז געװען איבער דעם צינדז. 29 און שלמה האָט געהאַט זיבעציק טױזנט לאַסטטרעגער, און אַכציק טױזנט שטײנהעקער אין די בערג. 30 אַחוץ שלמהס איבערגעשטעלטע װאָס איבער דער אַרבעט, דרײַ טױזנט און דרײַ הונדערט, װאָס האָבן געװעלטיקט איבער דעם פֿאָלק װאָס טוט די אַרבעט.

31 און דער מלך האָט באַפֿױלן, און מע האָט אױסגעבראָכן גרױסע שטײנער, טײַערע שטײנער, צו גרונטפֿעסטן דאָס הױז מיט געהאַקטע שטײנער. 32 און די בױמײַנסטערס פֿון שלמה און די בױמײַנסטערס פֿון חירָמען, און די גבלים האָבן אױסגעהאַקט, און האָבן צוגעגרײט די האָלצן און די שטײנער אױף צו בױען דאָס הױז.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-