1 אין יענער צײַט איז קראַנק געװאָרן אַבֿיָה דער זון פֿון יָרָבֿעָמען. 2 האָט יָרָבֿעָם געזאָגט צו זײַן װײַב: שטײ אױף, איך בעט דיך, און פֿאַרשטעל זיך, מע זאָל נישט דערקענען אַז דו ביסט יָרָבֿעָמס װײַב, און זאָלסט גײן קײן שילוֹ. זע, דאָרטן איז אַחִיָה דער נבֿיא, דער װאָס האָט געזאָגט אױף מיר, אַז איך װעל װערן אַ מלך איבער דעם דאָזיקן פֿאָלק. 3 און זאָלסט נעמען מיט דיר צען ברױטן, און קיכלעך, און אַ קרוג האָניק, און קומען צו אים; ער װעט דיר זאָגן װאָס װעט זײַן מיטן ייִנגל.
4 האָט יָרָבֿעָמס װײַב אַזױ געטאָן, און זי איז אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען קײן שילוֹ, און זי איז געקומען אין אַחִיָהס הױז; און אַחִיָה האָט נישט געקענט זען, װאָרעם זײַנע אױגן זײַנען געװען שטאַר פֿאַר זײַן זִקנה. 5 אָבער ה׳ האָט אָנגעזאָגט אַחִיָהן: זע, יָרָבֿעָמס װײַב קומט פֿרעגן בײַ דיר אַ באַשײד װעגן איר זון, װאָרעם ער איז קראַנק; זאָלסטו אַזױ און אַזױ רעדן צו איר. און עס װעט זײַן, אַז זי קומט, װעט זי זיך שטעלן פֿרעמד.
6 און עס איז געװען, װי אַחִיָה האָט געהערט דעם שאָרך פֿון אירע פֿיס, װען זי איז אַרײַנגעקומען אין טיר, אַזױ האָט ער געזאָגט: קום אַרײַן, יָרָבֿעָמס װײַב, נאָך װאָס דען שטעלסטו זיך פֿרעמד, אַז איך בין געשיקט צו דיר מיט אַ שװערער בשׂורה? 7 גײ זאָג צו יָרָבֿעָמען: אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: װײַל איך האָב דיך דערהױבן פֿון צװישן דעם פֿאָלק, און האָב דיך געמאַכט פֿאַר אַ פֿירשט איבער מײַן פֿאָלק יִשׂרָאֵל; 8 און איך האָב אַװעקגעריסן די מלוכה פֿון דעם הױז פֿון דָוִד, און האָב זי דיר געגעבן; און דו ביסט נישט געװען אַזױ װי מײַן קנעכט דָוִד, װאָס האָט געהיט מײַנע געבאָט, און װאָס איז געגאַנגען נאָך מיר מיט זײַן גאַנצן האַרצן, צו טאָן נאָר װאָס איז רעכטפֿאַרטיק אין מײַנע אױגן; 9 און האָסט געטאָן ערגער װי אַלע װאָס זײַנען געװען פֿאַר דיר, און ביסט געגאַנגען און האָסט דיר געמאַכט פֿרעמדע ג‑טער, און געגאָסענע געצן, מיך צו דערצערענען, און מיך האָסטו אַװעקגעװאָרפֿן הינטער דײַן רוקן – 10 דערום זע, איך ברענג אָן אומגליק אױף יָרָבֿעָמס הױז, און איך װעל פֿאַרשנײַדן פֿון יָרָבֿעָמען יעטװעדער מאַנספּאַרשױן, קינד און קײט, צװישן יִשׂרָאֵל, און װעל אױסראַמען יָרָבֿעָמס הױז אַזױ װי מע ראַמט אױס קױט, ביז עס װעט פֿאַרלענדט װערן. 11 דעם װאָס שטאַרבט פֿון יָרָבֿעָמען אין שטאָט, װעלן די הינט אױפֿעסן, און דעם װאָס שטאַרבט אין פֿעלד, װעלן די פֿױגלען פֿון הימל אױפֿעסן; װאָרעם ה׳ האָט גערעדט. 12 און דו שטײ אױף, גײ אַהײם; װי דײַנע פֿיס קומען אין שטאָט, אַזױ װעט דאָס קינד שטאַרבן. 13 און גאַנץ יִשׂרָאֵל װעלן אים באַקלאָגן, און װעלן אים באַגראָבן; װאָרעם בלױז דער דאָזיקער פֿון יָרָבֿעָמען װעט קומען צו קבֿורה, װײַל אין אים איז געפֿונען געװאָרן עפּעס גוטס אַקעגן ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל, אין יָרָבֿעָמס הױז. 14 און ה׳ װעט זיך אױפֿשטעלן אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל, װאָס װעט פֿאַרשנײַדן יָרָבֿעָמס הױז יענעם טאָג. אָבער אַפֿילו דענצמאָל איז װאָס? 15 װאָרעם ה׳ װעט שלאָגן יִשׂרָאֵל, אַזױ װי אַ ראָר װערט געטרײסלט אין װאַסער, און ער װעט אױסרײַסן יִשׂרָאֵל פֿון דער דאָזיקער גוטער ערד װאָס ער האָט געגעבן זײערע עלטערן, און ער װעט זײ צעשפּרײטן פֿון יענער זײַט טײַך, פֿאַר װאָס זײ האָבן געמאַכט זײערע געצנבײמער, דערצערענענדיק ה׳. 16 און ער װעט איבערגעבן יִשׂרָאֵל פֿון װעגן די זינד פֿון יָרָבֿעָמען װאָס ער האָט געזינדיקט, און װאָס ער האָט געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל.
17 און יָרָבֿעָמס װײַב איז אױפֿגעשטאַנען, און איז אַװעקגעגאַנגען און געקומען קײן תִּרצָה; װי זי איז געקומען אױף דעם שװעל פֿון הױז, אַזױ איז דאָס ייִנגל געשטאָרבן. 18 און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן אים באַגראָבן, און אים באַקלאָגט; אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט גערעדט דורך זײַן קנעכט אַחִיָה דעם נבֿיא.
19 און די איבעריקע זאַכן װעגן יָרָבֿעָמען, װי ער האָט מלחמה געהאַלטן, און װי ער האָט געקיניגט, דאָס איז באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יִשׂרָאֵל.
20 און די טעג װאָס יָרָבֿעָם האָט געקיניגט, זײַנען געװען צװײ און צװאַנציק יאָר, און ער האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און זײַן זון נָדָבֿ איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.
21 און רחַבֿעָם דער זון פֿון שלמהן האָט געקיניגט אין יהוּדה. אײן און פֿערציק יאָר איז רחַבֿעָם אַלט געװען אַז ער איז געװאָרן מלך, און זיבעצן יאָר האָט ער געקיניגט אין ירושָלַיִם, דער שטאָט װאָס ה׳ האָט אױסדערװײלט פֿון אַלע שבֿטים אין יִשׂרָאֵל, צו טאָן זײַן נאָמען דאָרטן. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען נַעֲמָה די עַמוֹנית.
22 און יהוּדה האָט געטאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, און זײ האָבן אים דערצערנט מיט קִנְאָה מער װי אַלץ װאָס זײערע עלטערן האָבן געטאָן, מיט זײערע זינד װאָס זײ האָבן געזינדיקט. 23 און זײ אױך האָבן זיך געבױט בָמות, און זײַלשטײנער, און געצנבײמער, אױף יעטװעדער הױכן בערגל, און אונטער יעטװעדער צװײַגהאַפֿטיקן בױם. 24 און אױך שאַנדמענער זײַנען געװען אין לאַנד. זײ האָבן געטאָן אַזױ װי אַלע אומװערדיקײטן פֿון די פֿעלקער װאָס ה׳ האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.
25 און עס איז געװען אין פֿינפֿטן יאָר פֿון מלך רחַבֿעָם איז שישַק דער מלך פֿון מִצרַיִם אַרױסגעקומען אױף ירושָלַיִם. 26 און ער האָט צוגענומען די אוֹצרות פֿון ה׳ס הױז, און די אוֹצרות פֿון מלכס הױז; אַלץ האָט ער צוגענומען. און ער האָט צוגענומען אַלע גילדערנע שילדן װאָס שלמה האָט געמאַכט. 27 און דער מלך רחַבֿעָם האָט געמאַכט אַנשטאָט זײ קופּערנע שילדן, און האָט זײ געגעבן אױף דער האַנט פֿון די הױפּטלײַט פֿון די לױפֿערס װאָס האָבן געהיט דעם אײַנגאַנג פֿון מלכס הױז. 28 און עס איז געװען, װען נאָר דער מלך פֿלעגט קומען אין ה׳ס הױז, פֿלעגן די לױפֿערס זײ אַרױסטראָגן; דערנאָך פֿלעגן זײ זײ אומקערן אין דער קאַמער פֿון די לױפֿערס.
29 און די איבעריקע זאַכן װעגן רחַבֿעָמען, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, דאָס איז שױן באַשריבן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿון די מלכים פֿון יהוּדה. 30 און אַ מלחמה איז געװען צװישן רחַבֿעָמען און צװישן יָרָבֿעָמען אַלע טעג.
31 און רחַבֿעָם האָט זיך געלײגט מיט זײַנע עלטערן, און ער איז באַגראָבן געװאָרן לעבן זײַנע עלטערן אין דָוִדס-שטאָט. און דער נאָמען פֿון זײַן מוטער איז געװען נַעֲמָה די עַמוֹנית. און זײַן זון אַבֿיָם איז געװאָרן מלך אױף זײַן אָרט.