Publicidade

1 Reis 17

1 און אֵלִיָהו דער תִּשבי, פֿון די װאָס האָבן זיך באַזעצט אין גִלעָד, האָט געזאָגט צו אַחאָבֿן: אַזױ װי עס לעבט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל װאָס איך שטײ פֿאַר אים, אױב אין די דאָזיקע יאָרן װעט זײַן טױ און רעגן, סײַדן לױט מײַן װאָרט!

2 און דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז געװען צו אים, אַזױ צו זאָגן: 3 גײ פֿון דאַנען, און זאָלסט זיך פֿאַרקערן קײן מזרח, און זיך באַהאַלטן בײַ דעם באַך כּרית װאָס פֿאַרן יַרדן. 4 און עס װעט זײַן: פֿון דעם באַך װעסטו טרינקען, און די ראָבן האָב איך באַפֿױלן דיך דאָרטן צו שפּײַזן.

5 איז ער געגאַנגען און האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳; און ער איז אַװעק און האָט זיך געזעצט בײַם באַך כּרית װאָס פֿאַרן יַרדן.

6 און די ראָבן פֿלעגן אים ברענגען ברױט און פֿלײש אין דער פֿרי, און ברױט און פֿלײש אין אָװנט; און פֿון באַך פֿלעגט ער טרינקען.

7 און עס איז געװען נאָך אַ פֿאַרלױף פֿון טעג, איז דער באַך אױסגעטריקנט געװאָרן, װײַל עס איז נישט געװען קײן רעגן אין לאַנד. 8 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו אים, אַזױ צו זאָגן: 9 שטײ אױף, גײ קײן צָרפֿת װאָס געהערט צו צידון, און זאָלסט דאָרטן זיצן; זע, איך האָב דאָרטן באַפֿױלן אַ פֿרױ אַן אַלמנה דיך צו שפּײַזן.

10 איז ער אױפֿגעשטאַנען און איז געגאַנגען קײן צָרפֿת. און װי ער איז געקומען אין אײַנגאַנג פֿון שטאָט, ערשט אַ פֿרױ אַן אַלמנה קלײַבט דאָרטן האָלץ. האָט ער גערופֿן צו איר און האָט געזאָגט: ברענג מיר, איך בעט דיך, אַ ביסל װאַסער אין אַ כּלי, כּדי איך זאָל טרינקען. 11 און װי זי איז געגאַנגען ברענגען, אַזױ האָט ער זי נאָכגערופֿן און געזאָגט: ברענג מיר, איך בעט דיך, אַ שטיקל ברױט אין דײַן האַנט. 12 האָט זי געזאָגט: אַזױ װי עס לעבט ה׳ דײַן ג-ט, אױב איך האָב אַ קוכן, נאָר בלױז אַ האַנטפֿול מעל אין טאָפּ, און אַ ביסל אײל אין קרוג! און אָט קלײַב איך צונױף אַ פּאָר העלצער, און איך װעל גײן און װעל עס מאַכן פֿאַר מיר און מײַן זון, און מיר װעלן עס אױפֿעסן; דערנאָך װעלן מיר שטאַרבן.

13 האָט אֵלִיָהו צו איר געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן; גײ טו אַזױ װי דײַן װאָרט, נאָר מאַך מיר דערפֿון אַ קלײנעם קוכן צוערשט, און ברענג מיר אַרױס; און פֿאַר דיר און פֿאַר דײַן זון װעסטו מאַכן צולעצט. 14 װאָרעם אַזױ האָט געזאָגט ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל: דער טאָפּ מעל װעט נישט אױסגײן, און דער קרוג אײל װעט נישט געמינערט װערן, ביז דעם טאָג װאָס ה׳ גיט רעגן אױפֿן געזיכט פֿון דער ערד.

15 איז זי געגאַנגען און האָט געטאָן אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון אֵלִיָהון, און זי און ער און איר הױזגעזינט האָבן געהאַט צו עסן פֿיל טעג. 16 דער טאָפּ מעל איז נישט אױסגעגאַנגען, און דער קרוג אײל איז נישט געמינערט געװאָרן, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳ װאָס ער האָט גערעדט דורך אֵלִיָהון.

17 און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן, איז קראַנק געװאָרן דער זון פֿון דער פֿרױ, דער בַעַל-הביתטע פֿון הױז, און זײַן קראַנקשאַפֿט איז געװען זײער שטאַרק, ביז אין אים איז מער אַן אָטעם נישט געבליבן. 18 האָט זי געזאָגט צו אֵלִיָהון: װאָס האָסטו צו מיר דו מאַן פֿון ג-ט? ביסטו געקומען צו מיר צו דערמאָנען מײַנע זינד, און צו טײטן מײַן זון?

19 האָט ער צו איר געזאָגט: גיב מיר דײַן זון. און ער האָט אים גענומען פֿון איר בוזעם, און האָט אים אַרױפֿגעטראָגן אין דער אױבערשטוב װאָס ער האָט דאָרטן געװױנט, און האָט אים אַװעקגעלײגט אױף זײַן בעט. 20 און ער האָט גערופֿן צו ה׳ און האָט געזאָגט: ה׳ מײַן ג-ט, צי אױך דער אַלמנה װאָס איך האַלט זיך אױף בײַ איר, האָסטו בײז געטאָן, צו טײטן איר זון?

21 און ער האָט זיך אױסגעצױגן איבער דעם קינד דרײַ מאָל, און האָט גערופֿן צו ה׳ און האָט געזאָגט: ה׳ מײַן ג-ט, זאָל, איך בעט דיך, די זעל פֿון דעם דאָזיקן קינד אומקערן אין אים.

22 און ה׳ האָט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון אֵלִיָהון, און די זעל פֿון דעם קינד האָט זיך אומגעקערט אין אים, און ער האָט אױפֿגעלעבט.

23 און אֵלִיָהו האָט גענומען דאָס קינד, און האָט עס אַראָפּגעטראָגן פֿון דער אױבערשטוב אין הױז, און האָט עס געגעבן צו זײַן מוטער; און אֵלִיָהו האָט געזאָגט: זע, דײַן זון לעבט. 24 האָט די פֿרױ געזאָגט צו אֵלִיָהון: אַצונד אָט װײס איך אַז דו ביסט אַ מאַן פֿון ג-ט, און דאָס װאָרט פֿון ה׳ אין דײַן מױל איז אמת.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-