1 און אַחאָבֿ האָט דערצײלט אִיזֶבֿלען אַלץ װאָס אֵלִיָהו האָט געטאָן, און אַלץ דינג װי אַזױ ער האָט געהרגעט אַלע נבֿיאים מיטן שװערד. 2 האָט אִיזֶבֿל געשיקט אַ שליח צו אֵלִיָהון, אַזױ צו זאָגן: זאָלן די ג‑טער טאָן אַזױ און נאָך מער, אױב איך װעל מאָרגן אין דער צײַט נישט מאַכן דײַן לעבן אַזױ װי דאָס לעבן פֿון אײנעם פֿון זײ!
3 און װי ער האָט דאָס געזען, אַזױ איז ער אױפֿגעשטאַנען און איז אַװעק אום זײַן לעבן, און איז געקומען קײן באֵר-שֶבַֿע װאָס געהערט צו יהוּדה, און ער האָט דאָרטן איבערגעלאָזט זײַן יונג. 4 און ער אַלײן איז געגאַנגען אין מדבר אַ טאָג װעגס, און איז געקומען און האָט זיך געזעצט אונטער אַ בעזעמבײמל, און ער האָט געבעטן אױף זיך דעם טױט, און האָט געזאָגט: גענוג! אַצונד, ה׳, נעם צו מײַן זעל, װאָרעם, איך בין נישט בעסער פֿון מײַנע עלטערן.
5 און ער האָט זיך געלײגט און איז אײַנגעשלאָפֿן אונטער אַ בעזעמבײמל. ערשט אַ מלאך רירט אים אָן, און זאָגט צו אים: שטײ אױף, עס. 6 האָט ער זיך אומגעקוקט, ערשט אים צוקאָפּנס איז אַ קוכן געבאַקט אױף אָנגעברענטע שטײנער, און אַ קרוג װאַסער. האָט ער געגעסן און געטרונקען, און האָט זיך װידער געלײגט.
7 און דער מלאך פֿון ה׳ איז געקומען אַ צװײט מאָל, און האָט אים אָנגערירט, און געזאָגט: שטײ אױף, עס, װאָרעם דער װעג איז צו װײַט פֿאַר דיר.
8 איז ער אױפֿגעשטאַנען, און האָט געגעסן און געטרונקען, און איז געגאַנגען מיט דעם כּוֹח פֿון דעם דאָזיקן עסן פֿערציק טעג און פֿערציק נעכט, ביז דעם באַרג פֿון האלֹקים, חוֹרֵבֿ. 9 און ער איז דאָרטן אַרײַנגעגאַנגען אין דער הײל, און האָט דאָרטן גענעכטיקט. ערשט דאָס װאָרט פֿון ה׳ איז צו אים, און ער האָט צו אים געזאָגט: װאָס טוסטו דאָ, אֵלִיָהו?
10 האָט ער געזאָגט:
איך בין זײער מקנא געװען
פֿון װעגן ה׳ אלוקי צבָֿאוֹת;
װײַל פֿאַרלאָזן דײַן ברית האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל,
דײַנע מזבחות האָבן זײ צעשטערט,
און דײַנע נבֿיאים האָבן זײ געהרגעט מיטן שװערד;
און איך אַלײן בין איבערגעבליבן,
און זײ זוכן מײַן לעבן צו נעמען.
11 האָט ער געזאָגט: גײ אַרױס, און זאָלסט זיך שטעלן אױפֿן באַרג פֿאַר ה׳. ערשט ה׳ גײט פֿאַרבײַ, און אַ גרױסער און שטאַרקער שטורעם רײַסט בערג און ברעכט פֿעלדזן פֿאַר ה׳ – נישט אין שטורעם איז געװען ה׳; און נאָך דעם שטורעם אַן ערדציטערניש – נישט אין דער ערדציטערניש איז געװען ה׳; 12 און נאָך דער ערדציטערניש אַ פֿײַער – נישט אין פֿײַער איז געװען ה׳; און נאָך דעם פֿײַער אַ שטילער, דינער קול. 13 און עס איז געװען, װי אֵלִיָהו האָט דאָס דערהערט, אַזױ האָט ער אײַנגעװיקלט זײַן פּנים אין זײַן מאַנטל, און ער איז אַרױסגעגאַנגען, און האָט זיך געשטעלט אין אײַנגאַנג פֿון דער הײל. ערשט אַ קֹול איז געקומען צו אים, און האָט געזאָגט: װאָס טוסטו דאָ, אֵלִיָהו?
14 האָט ער געזאָגט:
איך בין זײער מקנא געװען
פֿון װעגן ה׳ אלוקי צבָֿאוֹת;
װײַל פֿאַרלאָזן דײַן ברית האָבן די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל,
דײַנע מזבחות האָבן זײ צעשטערט,
און דײַנע נבֿיאים האָבן זײ געהרגעט מיטן שװערד;
און איך אַלײן בין איבערגעבליבן,
און זײ זוכן מײַן לעבן צו נעמען.
15 האָט ה׳ צו אים געזאָגט: קער זיך אום אױף דײַן װעג צום מדבר פֿון דַמֶשֶׂק, און זאָלסט קומען און זאַלבן חַזָאֵלן פֿאַר אַ מלך איבער אַרָם. 16 און יֵהוּא דעם זון פֿון נִמשין זאָלסטו זאַלבן פֿאַר אַ מלך איבער יִשׂרָאֵל, און אֶלישע דעם זון פֿון שָפֿטן, פֿון אָבֿל-מחולה, זאָלסטו זאַלבן פֿאַר אַ נבֿיא אױף דײַן אָרט. 17 און עס װעט זײַן, דעם װאָס װערט אַנטרונען פֿון חַזָאֵלס שװערד, דעם װעט יֵהוּא טײטן, און דער װאָס װערט אַנטרונען פֿון יֵהוּאס שװערד, דעם װעט אֶלישע טײטן. 18 אָבער איך װעל איבערלאָזן אין יִשׂרָאֵל זיבן טױזנט – אַלע קני װאָס האָבן נישט געקניט צו בַעַל, און יעטװעדער מױל װאָס האָט אים נישט געקושט.
19 איז ער אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן, און האָט געטראָפֿן אֶלישע דעם זון פֿון שָפֿטן װי ער אַקערט מיט צװעלף געשפּאַנען פֿאַר אים, און ער בײַם צװעלפֿטן. איז אֵלִיָהו אַריבערגעגאַנגען צו אים, און האָט אַרױפֿגעװאָרפֿן זײַן מאַנטל אױף אים. 20 האָט ער איבערגעלאָזן די רינדער, און איז געלאָפֿן נאָך אֵלִיָהון, און האָט געזאָגט: לאָמיך, איך בעט דיך, קושן מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער, און איך װעל גײן נאָך דיר. האָט ער צו אים געזאָגט: גײ, קער זיך אום, װאָרעם װאָס האָב איך דיר געטאָן?
21 האָט ער זיך אומגעקערט פֿון הינטער אים, און ער האָט גענומען דאָס געשפּאַן רינדער, און האָט עס געשאָכטן, און מיט די שפּאַנצײַג פֿון די רינדער האָט ער אָפּגעקאָכט זײער פֿלײש; און ער האָט געגעבן די מענטשן, און זײ האָבן געגעסן. און ער איז אױפֿגעשטאַנען, און ער איז געגאַנגען נאָך אֵלִיָהון, און האָט אים באַדינט.