1 און רחַבֿעָם איז געגאַנגען קײן שכֶם, װײַל קײן שכֶם איז געקומען גאַנץ יִשׂרָאֵל אים צו מאַכן פֿאַר אַ מלך.
2 און עס איז געװען, װי יָרָבֿעָם דער זון פֿון נבָֿטן האָט דערהערט – װאָרעם ער איז נאָך געװען אין מִצרַיִם, װוּהין ער איז אַנטלאָפֿן פֿון מלך שלמה; און יָרָבֿעָם איז געבליבן אין מִצרַיִם, 3 און מע האָט געשיקט און אים גערופֿן – אַזױ איז געקומען יָרָבֿעָם און די גאַנצע אײַנזאַמלונג פֿון יִשׂרָאֵל, און זײ האָבן גערעדט צו רחַבֿעָמען, אַזױ צו זאָגן: 4 דײַן פֿאָטער האָט שװער געמאַכט אונדזער יאָך, און אַצונד פֿאַרגרינגער דו דעם האַרטן דינסט פֿון דײַן פֿאָטער, און זײַן שװער יאָך, װאָס ער האָט אַרױפֿגעלײגט אױף אונדז, און מיר װעלן דיר דינען. 5 האָט ער צו זײ געזאָגט: גײט אַװעק אױף נאָך דרײַ טעג, און קומט װידער צו מיר. איז דאָס פֿאָלק אַװעקגעגאַנגען.
6 האָט דער מלך רחַבֿעָם זיך געעצהט מיט די זקנים װאָס פֿלעגן שטײן פֿאַר זײַן פֿאָטער שלמהן, װען ער האָט געלעבט, אַזױ צו זאָגן: װי עצהט איר מיר צו געבן אַן ענטפֿער דעם דאָזיקן פֿאָלק? 7 האָבן זײ צו אים גערעדט, אַזױ צו זאָגן: אױב דו װעסט הײַנט זײַן אַ קנעכט צו דעם דאָזיקן פֿאָלק, און װעסט זײ דינען, און װעסט זײ ענטפֿערן און רעדן צו זײ גוטע רײד, װעלן זײ דיר זײַן קנעכט אױף אַלע טעג.
8 אָבער ער האָט פֿאַרלאָזן די עצה פֿון די זקנים װאָס זײ האָבן אים געעצהט, און ער האָט זיך געעצהט מיט די יונגעלײַט װאָס זײַנען אױסגעװאַקסן מיט אים, װאָס זײַנען געשטאַנען פֿאַר אים. 9 און ער האָט צו זײ געזאָגט: װאָס עצהט איר, מיר זאָלן געבן אַן ענטפֿער דעם דאָזיקן פֿאָלק, װאָס האָבן צו מיר גערעדט אַזױ צו זאָגן: פֿאַרגרינגער דעם יאָך װאָס דײַן פֿאָטער האָט אַרױפֿגעלײגט אױף אונדז? 10 האָבן צו אים גערעדט די יונגעלײַט װאָס זײַנען אױפֿגעװאַקסן מיט אים, אַזױ צו זאָגן: אַזױ זאָלסטו זאָגן צו דעם דאָזיקן פֿאָלק װאָס האָבן צו דיר גערעדט, אַזױ צו זאָגן: דײַן פֿאָטער האָט שװער געמאַכט אונדזער יאָך, דערום פֿאַרגרינגער דו אונדז – אַזױ זאָלסטו רעדן צו זײ: מײַן מינדסטער פֿינגער איז דיקער פֿון מײַן פֿאָטערס לענדן. 11 און אַצונד, מײַן פֿאָטער האָט אױף אײַך אַױפֿגעלאָדן אַ שװערן יאָך, און איך װעל נאָך צולײגן צו אײַער יאָך; מײַן פֿאָטער האָט אײַך געשטראָפֿט מיט ריטער, און איך װעל אײַך שטראָפֿן מיט שקאָרפּיאָנען.
12 איז געקומען יָרָבֿעָם און דאָס גאַנצע פֿאָלק צו רחַבֿעָמען אױף דריטן טאָג, אַזױ װי דער מלך האָט געהײסן, אַזױ צו זאָגן: קומט װידער צו מיר אױפֿן דריטן טאָג. 13 און דער מלך האָט געענטפֿערט דעם פֿאָלק האַרט, און ער האָט פֿאַרלאָזן די עצה, פֿון די זקנים װאָס זײ האָבן אים געעצהט. 14 און ער האָט צו זײ גערעדט אַזױ װי די עצה פֿון די יונגעלײַט, אַזױ צו זאָגן: מײַן פֿאָטער האָט שװער געמאַכט אײַער יאָך, און איך װעל נאָך צולײגן צו אײַער יאָך; מײַן פֿאָטער האָט אײַך געשטראָפֿט מיט ריטער, און איך װעל אײַך שטראָפֿן מיט שקאָרפּיאָנען.
15 און דער מלך האָט נישט צוגעהערט צום פֿאָלק, װאָרעם דאָס איז געװען באַשערט פֿון ה׳, כּדי מקײם צו זײַן זײַן װאָרט, װאָס ה׳ האָט גערעדט דורך אַחִיָהן פֿון שילוֹ צו יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן.
16 און װי גאַנץ יִשׂרָאֵל האָט געזען, אַז דער מלך האָט נישט צוגעהערט צו זײ, אַזױ האָט דאָס גאַנצע פֿאָלק געגעבן דעם מלך אַן ענטפֿער, אַזױ צו זאָגן:
מיר האָבן נישט קײן חלק אין דָוִדן,
און קײן ירושה אין דעם זון פֿון יִשַין.
צו דײַנע געצעלטן, יִשׂרָאֵל!
אַצונד קוק זיך אום אױף דײַן הױז, דָוִד!
און יִשׂרָאֵל איז אַװעקגעגאַנגען צו זײַנע געצעלטן. 17 נאָר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל װאָס זײַנען געזעסן אין די שטעט פֿון יהוּדה, איבער זײ איז געבליבן קיניגן רחַבֿעָם.
18 און דער מלך רחַבֿעָם האָט אַרױסגעשיקט אַדוֹרמען װאָס איבער דעם צינדז, און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער, און ער איז געשטאָרבן, און דער מלך רחַבֿעָם האָט זיך געאײַלט אַרױפֿצוגײן אױף זײַן רײַטװאָגן, צו אַנטלױפֿן קײן ירושָלַיִם.
19 און יִשׂרָאֵל האָט װידערשפּעניקט אָן דעם הױז פֿון דָוִד ביז אױף הײַנטיקן טאָג.
20 און עס איז געװען, װי גאַנץ יִשׂרָאֵל האָט געהערט, אַז יָרָבֿעָם האָט זיך אומגעקערט, אַזױ האָבן זײ געשיקט און אים גערופֿן צו דער אײַנזאַמלונג, און זײ האָבן אים געמאַכט פֿאַר אַ מלך איבער גאַנץ יִשׂרָאֵל. קײנער איז נישט געבליבן הינטער דעם הױז פֿון דָוִד, אַחוץ שבֿט יהוּדה אַלײן.
21 און רחַבֿעָם איז געקומען קײן ירושָלַיִם, און ער האָט אײַנגעזאַמלט דאָס גאַנצע הױז פֿון יהוּדה, און שבֿט בנימין, הונדערט און אַכציק טױזנט געקליבענע קריגסלײַט, מלחמה צו האַלטן מיט דעם הױז פֿון יִשׂרָאֵל, כּדי אומצוקערן די מלוכה צו רחַבֿעָם דעם זון פֿון שלמהן.
22 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו שמַעיָה דעם מאַן פֿון ג-ט, אַזױ צו זאָגן: 23 זאָג צו רחַבֿעָם דעם זון פֿון שלמהן, דעם מלך פֿון יהוּדה, און צו דעם גאַנצן הױז פֿון יהוּדה און בנימין, און דעם איבעריקן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: 24 אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: איר זאָלט נישט אַרױפֿגײן, און איר זאָלט נישט מלחמה האַלטן מיט אײַער ברידער, די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל. קערט אײַך אום איטלעכער צו זײַן הױז, װאָרעם פֿון מיר איז געשען די דאָזיקע זאַך. און זײ האָבן צוגעהערט דאָס װאָרט פֿון ה׳, און זײַנען אַװעקגעגאַנגען צוריק, אַזױ װי דאָס װאָרט פֿון ה׳.
25 און יָרָבֿעָם האָט אַרומגעבױט שכֶם אין דעם געבערג פֿון אפֿרים, און האָט זיך אין איר באַזעצט. און ער איז אַרױסגעגאַנגען פֿון דאָרטן, און האָט אַרומגעבױט פּנואל.
26 און יָרָבֿעָם האָט געזאָגט בײַ זיך אין האַרצן: אַצונד װעט די מלוכה זיך אומקערן צו דעם הױז פֿון דָוִד. 27 אױב דאָס דאָזיקע פֿאָלק װעט אַרױפֿגײן צו מאַכן שלאַכטאָפּפֿער אין דעם הױז פֿון ה׳ אין ירושָלַיִם, װעט דאָס האַרץ פֿון דעם דאָזיקן פֿאָלק זיך אומקערן צו זײער האַר, צו רחַבֿעָם דעם מלך פֿון יהוּדה, און זײ װעלן מיך הרגענען, און װעלן זיך אומקערן צו רחַבֿעָם דעם מלך פֿון יהוּדה.
28 האָט דער מלך זיך באַקלערט, און האָט געמאַכט צװײ גילדערנע קעלבער; און ער האָט צו זײ געזאָגט: גענוג אײַך אַרױפֿגײן קײן ירושָלַיִם! אָט זײַנען דײַנע ג‑טער, יִשׂרָאֵל, װאָס האָבן דיך אױפֿגעבראַכט פֿון לאַנד מִצרַיִם. 29 און ער האָט אײנס אַװעקגעשטעלט אין בֵית-אֵל, און אײנס האָט ער אַװעקגעשטעלט אין דָן. 30 און די דאָזיקע זאַך איז געװאָרן פֿאַר אַ זינד; און דאָס פֿאָלק איז געגאַנגען צו אײנעם ביז קײן דָן. 31 און ער האָט געמאַכט הײַזער פֿון בָמות, און האָט געמאַכט כּהנים פֿון צװישן דעם פֿאָלק װאָס זײַנען נישט געװען פֿון די קינדער פֿון לֵוִי. 32 און יָרָבֿעָם האָט געמאַכט אַ יוֹם-טובֿ אין אַכטן חודש, אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון חודש, אַזױ װי דער יוֹם-טובֿ װאָס אין יהוּדה, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן מזבח. אַזױ האָט ער געטאָן אין בֵית-אֵל, כּדי צו שלאַכטן צו די קעלבער װאָס ער האָט געמאַכט; און ער האָט געשטעלט אין בֵית-אֵל די כּהנים פֿון די בָמות װאָס ער האָט געמאַכט. 33 און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אױף דעם מזבח װאָס ער האָט געמאַכט אין בֵית-אֵל, אין פֿופֿצנטן טאָג פֿון אַכטן חודש, אין דעם חודש װאָס ער האָט אױסגעקלערט פֿון זײַן האַרצן; און ער האָט געמאַכט אַ יוֹם-טובֿ בײַ די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל, און ער איז אַרױפֿגעגאַנגען אױפֿן מזבח צו דעמפֿן.