Publicidade

1 Reis 3

1 און שלמה האָט זיך מתחתּן געװען מיט פַּרעה דעם מלך פֿון מִצרַיִם, און ער האָט גענומען פַּרעהס טאָכטער, און האָט זי געבראַכט אין דָוִדס-שטאָט, ביז ער האָט געענדיקט בױען זײַן הױז, און דאָס הױז פֿון ה׳, און די מױער פֿון ירושָלַיִם רונד אַרום.

2 אָבער דאָס פֿאָלק האָט געשלאַכט אױף די בָמות, װאָרעם אַ הױז צו דעם נאָמען פֿון ה׳ איז נישט געבױט געװען ביז יענע טעג. 3 און שלמה האָט ליב געהאַט ה׳, צו גײן אין די געזעצן פֿון זײַן פֿאָטער דָוִדן; נאָר ער האָט געשלאַכט און גערײכערט אױף די בָמות. 4 און דער מלך איז געגאַנגען קײן גִבֿעוֹן דאָרטן צו שלאַכטן, װאָרעם דאָרטן איז געװען די גרױסע בָמָה. טױזנט בראַנדאָפּפֿער פֿלעגט שלמה אױפֿברענגען אױף יענעם מזבח.

5 אין גִבֿעוֹן האָט זיך ה׳ באַװיזן צו שלמהן אין אַ חלום פֿון דער נאַכט, און אלֹקים האָט געזאָגט: בעט װאָס איך זאָל דיר געבן. 6 האָט שלמה געזאָגט: דו האָסט געטאָן מיט דײַן קנעכט, מײַן פֿאָטער דָוִדן, גרױס חֶסֶד, אַזױ װי ער איז געגאַנגען פֿאַר דיר מיט אמת און מיט גערעכטיקײט און מיט רעכטפֿאַרטיקײט פֿון האַרצן קעגן דיר; און האָסט אים געהיט דעם דאָזיקן גרױסן חֶסֶד, און האָסט אים געגעבן אַ זון װאָס זיצט אױף זײַן טראָן אַזױ װי הײַנטיקן טאָג. 7 און אַצונד, ה׳ מײַן ג-ט, דו האָסט געמאַכט דײַן קנעכט פֿאַר אַ מלך אױף דעם אָרט פֿון מײַן פֿאָטער דָוִדן, און איך בין אַ קלײן ייִנגל, איך װײס נישט װוּ אױס און װוּ אײַן. 8 און דײַן קנעכט איז אין מיטן פֿון דײַן פֿאָלק װאָס דו האָסט אױסדערװײלט, אַ גרױס פֿאָלק װאָס קען נישט געצײלט און נישט באַרעכנט װערן פֿון פֿילקײט. 9 דערום זאָלסטו געבן דײַן קנעכט אַ פֿאַרשטאַנדיק האַרץ, צו משפּטן דײַן פֿאָלק, צו דערקענען צװישן גוטס און שלעכטס, װאָרעם װער קען משפּטן דאָס דאָזיקע גרױסע פֿאָלק דײַנס?

10 און די זאַך איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון אֲדֹנָי, װאָס שלמה האָט געבעטן די דאָזיקע זאַך. 11 און אלֹקים האָט צו אים געזאָגט: װײַל דו האָסט געבעטן די דאָזיקע זאַך, און נישט דו האָסט דיר געבעטן פֿיל טעג, און נישט דו האָסט דיר געבעטן עשירות, און נישט דו האָסט געבעטן דאָס לעבן פֿון דײַנע פֿײַנט, נײַערט האָסט דיר געבעטן שׂכל צו פֿאַרשטײן אַ משפּט, 12 אָט האָב איך געטאָן לױט דײַן װאָרט: זע, איך האָב דיר געגעבן אַ קלוג און פֿאַרשטאַנדיק האַרץ, אַז אַזאַ װי דו איז נישט געװען פֿאַר דיר, און נאָך דיר װעט נישט אױפֿשטײן אַזאַ װי דו. 13 און אױך װאָס דו האָסט נישט געבעטן האָב איך דיר געגעבן: אי עושר אי כּבֿוד אַלע דײַנע טעג, אַז קײנער אַזאַ װי דו איז נישט געװען צװישן די מלכים. 14 און אַז דו װעסט גײן אין מײַנע װעגן צו היטן מײַנע געזעצן און מײַנע געבאָט אַזױ װי דײַן פֿאָטער דָוִד איז געגאַנגען, װעל איך דערלענגערן דײַנע טעג.

15 האָט זיך אױפֿגעכאַפּט שלמה, ערשט עס איז אַ חלום. און ער איז געקומען קײן ירושָלַיִם, און האָט זיך געשטעלט פֿאַר דעם אָרון ברית־אֲדֹנָי, און ער האָט אױפֿגעבראַכט בראַנדאָפּפֿער, און געמאַכט פֿרידאָפּפֿער, און געמאַכט אַ מאָלצײַט פֿאַר אַלע זײַנע קנעכט.

16 דענצמאָל זײַנען געקומען צװײ פֿרױען זוֹנות צו דעם מלך, און זײ האָבן זיך געשטעלט פֿאַר אים. 17 און אײן פֿרױ האָט געזאָגט: איך בעט דיך, מײַן האַר, איך און די דאָזיקע פֿרױ װױנען אין אײן הױז, און איך האָב געבאָרן מיט איר אין הױז. 18 און עס איז געװען אױפֿן דריטן טאָג נאָך מײַן געבערן, האָט אױך די דאָזיקע פֿרױ געבאָרן; און מיר זײַנען געװען זאַלבענאַנד, קײן פֿרעמדער איז מיט אונדז נישט געװען אין הױז; בלױז מיר צװײ זײַנען געװען אין הױז. 19 איז געשטאָרבן דאָס קינד פֿון דער דאָזיקער פֿרױ בײַ נאַכט, װײַל זי איז געלעגן אױף אים. 20 איז זי אױפֿגעשטאַנען אין מיטן נאַכט, און האָט אַװעקגענומען מײַן זון פֿון לעבן מיר, בעת דײַן דינסט איז געשלאָפֿן, און זי האָט אים געלײגט אין איר בוזעם, און איר טױטן זון האָט זי געלײגט אין מײַן בוזעם.

21 און איך בין אױפֿגעשטאַנען אין דער פֿרי אָנצוזען מײַן זון, ערשט ער איז טױט; אָבער אַז איך האָב אים באַטראַכט אין דער פֿרי ערשט דאָס איז נישט געװען מײַן זון װאָס איך האָב געבאָרן.

22 האָט די אַנדער פֿרױ געזאָגט: נײן, נײַערט מײַן זון איז דער לעבעדיקער, און דײַן זון דער טױטער. און די זאָגט: נײן נײַערט דײַן זון איז דער טױטער, און מײַן זון דער לעבעדיקער. און זײ האָבן געטענהט פֿאַרן מלך.

23 האָט דער מלך געזאָגט: די זאָגט: דאָס איז מײַן זון דער לעבעדיקער און דײַן זון דער טױטער; און די זאָגט: נײן, נײַערט דײַן זון איז דער טױטער, און מײַן זון דער לעבעדיקער. 24 און דער מלך האָט געזאָגט: ברענגט מיר אַ שװערד. האָט מע געבראַכט אַ שװערד פֿאַרן מלך. 25 האָט דער מלך געזאָגט: צעשנײַדט דאָס לעבעדיקע קינד אין צװײען, און גיט אַ העלפֿט צו אײנער, און אַ העלפֿט צו דער אַנדערער.

26 האָט גערעדט די פֿרױ װאָס איר זון איז געװען דער לעבעדיקער, צום מלך – װאָרעם דאָס האַרץ האָט איר פֿאַרקלעמט אױף איר זון – און זי האָט געזאָגט: איך בעט דיך, מײַן האַר, גיט איר דאָס לעבעדיקע קינד, נאָר טײטן זאָלט איר עס נישט טײטן. און יענע זאָגט: נישט מיר און נישט דיר זאָל עס געהערן; שנײַדט!

27 האָט זיך אָפּגערופֿן דער מלך און געזאָגט: גיט איר דאָס לעבעדיקע קינד, און טײטן זאָלט איר עס נישט טײטן; זי איז זײַן מוטער.

28 און גאַנץ יִשׂרָאֵל האָבן געהערט דעם משפּט װאָס דער מלך האָט געמשפּט, און זײ האָבן מורא געהאַט פֿאַרן מלך, װאָרעם זײ האָבן געזען אַז ג-טס חכמה איז אין אים צו טאָן גערעכטיקײט.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-