Publicidade

1 Reis 21

1 און עס איז געװען נאָך די דאָזיקע געשעענישן: נָבֿוֹת דער יזרעאלי האָט געהאַט אַ װײַנגאָרטן װאָס איז געװען אין יִזרְעֶאל לעבן דעם פּאַלאַץ פֿון אַחאָבֿ דעם מלך פֿון שוֹמרוֹן. 2 האָט אַחאָבֿ געזאָגט צו נָבֿוֹתן, אַזױ צו זאָגן: גיב מיר דײַן װײַנגאָרטן, כּדי ער זאָל מיר זײַן פֿאַר אַ גאָרטן פֿון גרינס, װײַל ער איז נאָנט לעבן מײַן הױז, און איך װעל דיר געבן אַנשטאָט אים אַ װײַנגאָרטן אַ בעסערן פֿון אים. אָדער אױב אין דײַנע אױגן איז בעסער, װעל איך דיר געבן געלט אין מקח פֿון דעם. 3 האָט נָבֿוֹת געזאָגט צו אַחאָבֿן: באַהיט מיך ה׳, איך זאָל דיר אָפּגעבן די נחלה פֿון מײַנע עלטערן.

4 איז אַחאָבֿ געקומען אין זײַן הױז צעטראָגן און פֿאַרבײזערט איבער דעם װאָרט װאָס נָבֿוֹת דער יִזרעאֵלי האָט צו אים גערעדט, אַז ער האָט געזאָגט: איך װעל דיר נישט אָפּגעבן די נחלה פֿון מײַנע עלטערן. און ער האָט זיך געלײגט אױף זײַן בעט, און האָט אומגעדרײט זײַן פּנים, און נישט געגעסן קײן שפּײַז.

5 איז צוגעקומען צו אים זײַן װײַב אִיזֶבֿל, און האָט צו אים געזאָגט: װאָס איז דאָס דײַן געמיט צעטראָגן, און דו עסט נישט קײן שפּײַז? 6 האָט ער צו איר געזאָגט: װײַל איך האָב גערעדט צו נָבֿוֹת דעם יִזרעאֵלי, און איך האָב צו אים געזאָגט: גיב מיר דײַן װײַנגאָרטן פֿאַר געלט, אָדער אױב דו װילסט, װעל איך דיר געבן אַן אַנדער װײַנגאָרטן אַנשטאָט אים; און ער האָט געזאָגט: איך װעל דיר נישט אָפּגעבן מײַן װײַנגאָרטן.

7 האָט זײַן װײַב אִיזֶבֿל צו אים געזאָגט: פֿירסט דו אַצונד די מלוכה איבער יִשׂרָאֵל? שטײ אױף, עס שפּײַז, אַז זאָל דײַן האַרץ זײַן פֿרײלעך. איך װעל דיר געבן דעם װײַנגאָרטן פֿון נָבֿוֹת דעם יִזרעאֵלי.

8 און זי האָט געשריבן בריװ אין אַחאָבֿס נאָמען, און פֿאַרזיגלט מיט זײַן זיגל, און האָט געשיקט די בריװ צו די עלטסטע און צו די אַדללײַט װאָס אין זײַן שטאָט, װאָס האָבן געװױנט מיט נָבֿוֹתן. 9 און זי האָט געשריבן אין די בריװ, אַזױ צו זאָגן: רופֿט אױס אַ תָּענית, און זעצט אַװעק נָבֿוֹתן אױבן אָן פֿון פֿאָלק. 10 און זעצט אַװעק צװײ מענטשן, נידערטרעכטיקע יונגען, אַקעגן אים, זײ זאָלן עדות זאָגן אױף אים, אַזױ צו זאָגן: האָסט געלעסטערט אלֹקים און דעם מלך. און פֿירט אים אַרױס, און פֿאַרשטײנט אים, און ער זאָל שטאַרבן.

11 האָבן די מענטשן פֿון זײַן שטאָט, און די עלטסטע און די אַדללײַט װאָס האָבן געװױנט אין זײַן שטאָט, געטאָן אַזױ װי אִיזֶבֿל האָט צו זײ געשיקט, אַזױ װי עס איז געװען געשריבן אין די בריװ װאָס זי האָט צו זײ געשיקט. 12 זײ האָבן אױסגערופֿן אַ תָּענית, און האָבן אַװעקגעזעצט נָבֿוֹתן אױבן אָן פֿון פֿאָלק. 13 און די צװײ מענטשן, נידערטרעכטיקע יונגען, זײַנען געקומען און האָבן זיך געזעצט אַקעגן אים; און די נידערטרעכטיקע יונגען האָבן עדות געזאָגט אױף אים, אױף נָבֿוֹתן, פֿאַרן פֿאָלק, אַזױ צו זאָגן: נָבֿוֹת האָט געלעסטערט אלֹקים און דעם מלך. און מע האָט אים אַרױסגעפֿירט אױסן שטאָט, און אים פֿאַרװאָרפֿן מיט שטײנער, און ער איז געשטאָרבן. 14 און זײ האָבן געשיקט צו אִיזֶבֿלען, אַזױ צו זאָגן: נָבֿוֹת איז פֿאַרשטײנט געװאָרן, און ער איז טױט.

15 און עס איז געװען, װי אִיזֶבֿל האָט געהערט אַז נָבֿוֹת איז פֿאַרשטײנט געװאָרן, און ער איז טױט, אַזױ האָט אִיזֶבֿל געזאָגט צו אַחאָבֿן: שטײ אױף: יַרשע דעם װײַנגאָרטן פֿון נָבֿוֹת דעם יִזרעאֵלי, װאָס ער האָט דיר נישט געװאָלט געבן פֿאַר געלט. װאָרעם נָבֿוֹת לעבט נישט, נײַערט ער איז טױט.

16 און עס איז געװען, װי אַחאָבֿ האָט געהערט אַז נָבֿוֹת איז טױט, אַזױ איז אַחאָבֿ אױפֿגעשטאַנען אַראָפּצונידערן צו דעם װײַנגאָרטן פֿון נָבֿוֹת דעם יִזרעאֵלי, כּדי אים צו יַרשען.

17 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו אֵלִיָהו דעם תִּשבי, אַזױ צו זאָגן: 18 שטײ אױף, נידער אַראָפּ אַנטקעגן אַחאָבֿ דעם מלך פֿון יִשׂרָאֵל װאָס אין שוֹמרוֹן; אָן איז ער אין דעם װײַנגאָרטן פֿון נָבֿוֹתן, װאָס ער האָט אַהין אַראָפּגענידערט, כּדי אים צו ירשען. 19 און זאָלסט רעדן צו אים, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: האָסט געהרגעט, און װילסט אױך יַרשען? און זאָלסט רעדן צו אים, אַזױ צו זאָגן: אַזױ האָט ה׳ געזאָגט: אױף דעם אָרט װוּ די הינט האָבן געלעקט דאָס בלוט פֿון נָבֿוֹתן, װעלן די הינט לעקן אױך דײַן בלוט.

20 האָט אַחאָבֿ געזאָגט צו אֵלִיָהון: האָסט מיך אָנגעקריגן, שׂונא מײַנער? האָט ער געזאָגט: איך האָב דיך אָנגעקריגן; װײַל דו האָסט זיך אָנגעגעבן צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳. 21 זע, איך ברענג אױף דיר אַן אומגליק, און איך װעל דיך אױסראַמען, און װעל פֿאַרשנײַדן פֿון אַחאָבֿן יעטװעדער מאַנספּאַרשױן, און קינד און קײט, צװישן יִשׂרָאֵל. 22 און איך װעל מאַכן דײַן הױז אַזױ װי דאָס הױז פֿון יָרָבֿעָם דעם זון פֿון נבָֿטן, און אַזױ װי דאָס הױז פֿון בַעְשָא דעם זון פֿון אַחִיָהן, פֿאַר דער דערצערנונג װאָס דו האָסט דערצערנט, און געמאַכט זינדיקן יִשׂרָאֵל. 23 און אױך אױף אִיזֶבֿלען האָט ה׳ גערעדט, אַזױ צו זאָגן: די הינט װעלן עסן אִיזֶבֿלען אין דעם פֿעסטונגגראָבן פֿון יִזרְעֶאל. 24 דעם װאָס שטאַרבט פֿון אַחאָבֿן אין שטאָט, װעלן די הינט אױפֿעסן, און דעם װאָס שטאַרבט אין פֿעלד, װעלן די פֿױגלען פֿון הימל אױפֿעסן.

25 פֿאַר װאָר, עס איז נישט געװען אַזאַ װי אַחאָבֿ װאָס האָט זיך אָפּגעגעבן צו טאָן װאָס איז שלעכט אין די אױגן פֿון ה׳, װײַל אים האָט אָנגערעדט זײַן װײַב אִיזֶבֿל. 26 און ער האָט זיך באַגאַנגען זײער אומװערדיק צו גײן נאָך די אָפּגעטער, אַזױ װי אַלץ װאָס די אֶמוֹרים האָבן געטאָן, װעמען ה׳ האָט פֿאַרטריבן פֿון פֿאַר די קינדער פֿון יִשׂרָאֵל.

27 און עס איז געװען, װי אַחאָבֿ האָט געהערט די דאָזיקע װערטער, אַזױ האָט ער צעריסן זײַנע קלײדער, און אָנגעטאָן זאַקקלײד אױף זײַן לײַב, און האָט געפֿאַסט; און ער איז געלעגן אין זאַקקלײד, און איז אַרומגעגאַנגען שטילערהײט.

28 איז דאָס װאָרט פֿון ה׳ געװען צו אֵלִיָהו דעם תִּשבי, אַזױ צו זאָגן: 29 האָסטו געזען װי אַחאָבֿ איז געװאָרן אונטערטעניק פֿאַר מיר? װײַל ער איז געװאָרן אונטערטעניק פֿאַר מיר, װעל איך נישט ברענגען דאָס בײז אין זײַנע טעג; אין די טעג פֿון זײַן זון װעל איך ברענגען דאָס בײז אױף זײַן הױז.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-