Publicidade

1 Samuel 1

1 עס איז געװען אַ מאַן פֿון רמתים-צופֿים, פֿון דעם געבערג פֿון אפֿרים, װאָס זײַן נאָמען איז געװען אֶלקָנָה, דער זון פֿון ירוֹחָם, דעם זון פֿון אֶליהוא, דעם זון פֿון תּחו, דעם זון פֿון צופֿן, אַן אפֿרַיִמער. 2 און ער האָט געהאַט צװײ װײַבער: דער נאָמען פֿון אײנער איז געװען חנה, און דער נאָמען פֿון דער צװײטער פּנינה; און פּנינה האָט געהאַט קינדער, און חנה האָט קײן קינדער נישט געהאַט. 3 און יענער מאַן פֿלעגט פֿון יאָר צו יאָר אַרױפֿגײן פֿון זײַן שטאָט, זיך צו בוקן און צו שלאַכטן צו ה׳ צבָֿאוֹת אין שילוֹ. און עליס צװײ זין, חפֿני און פּינְחס, זײַנען דאָרטן געװען כּהנים צו ה׳. 4 און װי עס איז געװען דער טאָג, און אֶלקָנָה האָט געשלאַכט, אַזױ פֿלעגט ער געבן זײַן װײַב פּנינהן און אַלע אירע זין און אירע טעכטער חלקים. 5 אָבער חנהן פֿלעגט ער געבן אַ טאָפּעלן חלק, װאָרעם חנהן האָט ער ליב געהאַט, נאָר ה׳ האָט פֿאַרשלאָסן איר טראַכט. 6 און די אַנדער װײַב האָט זי ערגערן געערגערט, כּדי זי צו דערצערענען, װײַל ה׳ האָט פֿאַרשלאָסן איר טראַכט. 7 און װי ער פֿלעגט אַזױ טאָן יאָר אין יאָר, װען זי איז אַרױפֿגעגאַנגען אין הױז פֿון ה׳, אַזױ פֿלעגט יענע זי ערגערן; און זי האָט געװײנט, און פֿלעגט נישט עסן. 8 האָט אֶלקָנָה איר מאַן געזאָגט צו איר: חנה, פֿאַר װאָס װײנסטו? און פֿאַר װאָס עסטו נישט? און פֿאַר װאָס איז דײַן האַרץ פֿאַראומערט? בין איך דיר נישט בעסער פֿון צען קינדער?

9 איז חנה אױפֿגעשטאַנען נאָכן עסן אין שילוֹ און נאָכן טרינקען – און עלי דער כּהן איז געזעסן אױף אַ שטול בײַ דעם בײַשטידל פֿון ה׳ס הֵיכל. 10 און װי זי איז געװען אין אַ ביטער געמיט, אַזױ האָט זי מתפּלל געװען צו ה׳, און האָט שטאַרק געװײנט. 11 און זי האָט אַ נדר געטאָן, און האָט געזאָגט: ה׳ צבָֿאוֹת, אױב זען װעסטו זען די פּײַן פֿון דײַן דינסט, און װעסט דאַכטן אָן מיר, און נישט פֿאַרגעסן אָן דײַן דינסט, און װעסט שענקען דײַן דינסט אַ קינד אַ זָכר, װעל איך אים אָפּגעבן צו ה׳ אױף אַלע טעג פֿון זײַן לעבן, און אַ שערמעסער װעט נישט אַרױפֿקומען אױף זײַן קאָפּ.

12 און עס איז געװען, װי זי האָט לאַנג מתפּלל געװען פֿאַר ה׳, אַזױ האָט עלי אױפֿגעפּאַסט איר מױל. 13 װאָרעם חנה, זי האָט גערעדט אין איר האַרצן; בלױז אירע ליפּן האָבן זיך געשאָקלט, אָבער איר קֹול האָט זיך נישט געהערט; און עלי האָט זי גערעכנט פֿאַר אַ שיכּורער. 14 האָט עלי געזאָגט צו איר: ביז װאַנען װעסטו זײַן שכּור? טו אָפּ דײַן װײַן פֿון זיך. 15 האָט חנה געענטפֿערט און האָט געזאָגט: נײן, מײַן האַר, אַ פֿרױ מיט אַ שװער געמיט בין איך, און װײַן און שטאַרק געטראַנק האָב איך נישט געטרונקען, נײַערט איך האָב אױסגעגאָסן מײַן זעל פֿאַר ה׳. 16 זאָלסט נישט האַלטן דײַן דינסט פֿאַר אַ נידער-טרעכטיקער פֿרױ, װאָרעם פֿון מײַן גרױס קלאָג און מײַן ערגערניש האָב איך גערעדט ביז אַהער. 17 האָט זיך אָפּגערופֿן עלי און האָט געזאָגט: גײ לשלום, און אלוקי יִשׂרָאֵל זאָל שענקען דײַן בקשה װאָס דו האָסט געבעטן פֿון אים. 18 האָט זי געזאָגט: זאָל דײַן דינסט געפֿינען חֵן אין דײַנע אױגן. און די פֿרױ איז געגאַנגען אױף איר װעג. און זי האָט געגעסן, און האָט געקריגן אַן אַנדער פּנים.

19 און אין דער פֿרי האָבן זײ זיך געפֿעדערט, און זײ האָבן זיך געבוקט פֿאַר ה׳, און האָבן זיך אומגעקערט, און זײַנען געקומען אין זײער הױז קײן רָמָה. און אֶלקָנָה האָט דערקענט זײַן װײַב חנהן; און ה׳ האָט אָן איר געדאַכט. 20 און עס איז געװען נאָכן אומדרײ פֿון די טעג. האָט חנה אױסגעטראָגן און האָט געבאָרן אַ זון; און זי האָט גערופֿן זײַן נאָמען שמוּאֵל, װײַל: פֿון ה׳ האָב איך אים אױסגעבעטן.

21 און דער מאַן אֶלקָנָה מיט זײַן גאַנצן הױזגעזינט איז אַרױפֿגעגאַנגען צו שלאַכטן פֿאַר ה׳ דאָס שלאַכטאָפּפֿער פֿון יאָר, און זײַן נדר. 22 אָבער חנה איז נישט אַרױפֿגעגאַנגען. װאָרעם זי האָט געזאָגט צו איר מאַן: ביז דער ייִנגל װעט אַנטװײנט װערן; דענצמאָל װעל איך אים ברענגען און ער װעט זיך װײַזן פֿאַר ה׳, און װעט דאָרטן בלײַבן אױף שטענדיק. 23 האָט אֶלקָנָה איר מאַן געזאָגט צו איר: טו װאָס איז גוט אין דײַנע אױגן; בלײַב ביז דו װעסט אים אַנטװײנען. זאָל נאָר ה׳ מקײם זײַן זײַן װאָרט. איז די פֿרױ געבליבן; און זי האָט געזױגן איר קינד ביז זי האָט אים אַנטװײנט.

24 און אַז זי האָט אים אַנטװײנט, האָט זי אים אַרױפֿגעבראַכט מיט זיך מיט דרײַ אָקסן, און אײן אֵיפֿה מעל, און אַ לאָגל װײַן; און זי האָט אים געבראַכט אין הױז פֿון ה׳ אין שילוֹ, און דער ייִנגל איז געװען יונג. 25 און זײ האָבן געשאָכטן דעם אָקס, און האָבן געבראַכט דעם ייִנגל צו עלין. 26 און זי האָט געזאָגט: איך בעט דיך, מײַן האַר, אַזױ װי דײַן זעל לעבט, מײַן האַר, איך בין די פֿרױ װאָס איז דאָ געשטאַנען לעבן דיר, מתפּלל צו זײַן צו ה׳. 27 אױף דעם דאָזיקן ייִנגל האָב איך מתפּלל געװען, און ה׳ האָט מיר געשאָנקען מײַן בקשה װאָס איך האָב געבעטן פֿון אים. 28 און אױך איך האָב אים געליִען צו ה׳; אַלע טעג װאָס ער לעבט איז ער געליִען צו ה׳.

און ער האָט זיך דאָרטן געבוקט צו ה׳.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-