Publicidade

Ester 7

1 און דער מלך און הָמָן זײַנען געקומען צו טרינקען בײַ אֶסתֵּר המלכּה. 2 און דער מלך האָט געזאָגט צו אֶסתֵּרן אױך אױפֿן צװײטן טאָג, בײַם װײַנמאָלצײַט: װאָס נאָר דײַן פֿאַרלאַנג, אֶסתֵּר המלכּה, װעט דיר געגעבן װערן, און װאָס נאָר דײַן בקשה, אַפֿילו ביז אַ האַלבער מלוכה װעט געטאָן װערן.

3 האָט אֶסתֵּר המלכּה געענטפֿערט און האָט געזאָגט: אױב איך האָב געפֿונען חֵן אין דײַנע אױגן, מלך, און אױב דעם מלך איז װױלגעפֿעלן, זאָל מיר מײַן לעבן געשאָנקען װערן אױף מײַן געבעט, און מײַן פֿאָלק אױף מײַן בקשה. 4 װאָרעם מיר זײַנען פֿאַרקױפֿט געװאָרן, איך און מײַן פֿאָלק, צום פֿאַרטיליקן, צום הרגען, און אומצוברענגען; און װען מיר װאָלטן פֿאַרקױפֿט געװאָרן פֿאַר קנעכט און פֿאַר דינסטן װאָלט איך געשװיגן, אָבער דער פֿײַנט איז נישט װערט דעם מלך שאָדן. 5 האָט זיך אָפּגערופֿן דער מלך אַחַשוֵרוֹש, און האָט געזאָגט צו אֶסתֵּר המלכּה: װער איז דער, און װוּ איז דער, װאָס זײַן האַרץ האָט אים דערװעגט אַזױ װאָס צו טאָן? 6 האָט אֶסתֵּר געזאָגט: אַ מאַן אַ צוֹרר און אַ פֿײַנט, דער דאָזיקער בײזער הָמָן. און הָמָן האָט זיך דערשראָקן פֿאַר דעם מלך און דער מלכּה. 7 און דער מלך איז אױפֿגעשטאַנען אין זײַן גרימצאָרן פֿון דעם װײַנמאָלצײַט, און איז אַרײַן אין דעם פּאַלאַצגאָרטן; און הָמָן האָט זיך אָפּגעשטעלט צו בעטן אום זײַן לעבן בײַ אֶסתֵּר המלכּה, װאָרעם ער האָט געזען אַז בײז איז באַשלאָסן אױף אים פֿון מלך. 8 און װי דער מלך האָט זיך אומגעקערט פֿון דעם פּאַלאַצגאָרטן אין הױז פֿון דעם װײַנמאָלצײַט, ערשט הָמָן ליגט אַנידערגעפֿאַלן אױף דעם לענבעטל װאָס אֶסתֵּר איז דערױף. האָט דער מלך געזאָגט: נאָך באַצװינגען די מלכּה בײַ מיר אין הױז? װי דאָס װאָרט איז אַרױס פֿון מלכס מױל, אַזױ האָט מען צוגעדעקט הָמָנס פּנים.

9 האָט געזאָגט חרבוֹנָה, אײנער פֿון די קאַמערדינער פֿאַרן מלך: אָן שטײט אױך לעבן הָמָנס הױז די תּליה פֿופֿציק אײלן הױך װאָס הָמָן האָט געמאַכט פֿאַר מָרדכַין, דעם װאָס האָט גערעדט צום גוטן פֿון מלך. האָט דער מלך געזאָגט: הענגט אים אױף דערױף. 10 האָט מען אױפֿגעהאַנגען הָמָנען אױף דער תּליה װאָס ער האָט צוגעגרײט פֿאַר מָרדכַין, און דער גרימצאָרן פֿון מלך האָט זיך געשטילט.

Veja também

Publicidade
Ester
Ver todos os capítulos de Ester
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-