Publicidade

Ester 2

1 נאָך די דאָזיקע געשעענישן, אַז דער גרימצאָרן פֿון מלך אַחַשוֵרוֹש האָט זיך געשטילט, האָט ער געדאַכט אָן וַשתּין, און אָן װאָס זי האָט געטאָן, און װאָס איז נִגזר געװאָרן אױף איר. 2 האָבן געזאָגט די יונגען פֿון מלך, זײַנע משָרתים: זאָל מען זוכן פֿאַרן מלך יונגע מײדלעך שײן פֿון אױסזען. 3 און דער מלך זאָל אױפֿזעצן אױפֿזעער אין אַלע מדינות פֿון זײַן קיניגרײַך, און זײ זאָלן אײַנזאַמלען װוּ נאָר אַ יונג מײדל פֿון שײנעם אױסזען אין דער הױפּטשטאָט שושַן, אין הױז פֿון די פֿרױען, אונטער דער האַנט פֿון הֵגֶא דעם קאַמערדינער פֿון מלך, דעם היטער פֿון די פֿרױען, און מע זאָל זײ געבן זײערע זאַלבונגען. 4 און די מײדל װאָס װעט װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון מלך, זאָל װערן די מלכּה אַנשטאָט וַשתּין. און די זאַך איז װױלגעפֿעלן אין די אױגן פֿון מלך, און ער האָט אַזױ געטאָן.

5 איז געװען אַ ייִד אין דער הױפּטשטאָט שושַן מיטן נאָמען מָרדכַי דער זון פֿון יָאיר, דעם זון פֿון שִמְעִי, דעם זון פֿון קישן, אַ מאַן פֿון בנימין, 6 װאָס איז פֿאַרטריבן געװאָרן פֿון ירושָלַיִם מיט די פֿאַרטריבענע װאָס זײַנען פֿאַרטריבן געװאָרן מיט יכָניָה דעם מלך פֿון יהוּדה, די װאָס נבֿוכַדנֶצַר דער מלך פֿון בָבֿל האָט פֿאַרטריבן. 7 און ער האָט דערצױגן הַדַסָהן, דאָס איז אֶסתֵּר, די טאָכטער פֿון זײַן פֿעטער, װאָרעם זי האָט נישט געהאַט קײן פֿאָטער און מוטער; און די מײדל איז געװען שײן אױפֿן געשטאַלט, און שײן אױפֿן פּנים; און אַז איר פֿאָטער און איר מוטער זײַנען געשטאָרבן, האָט זי מָרדכַי צוגענומען צו זיך פֿאַר אַ טאָכטער.

8 און עס איז געװען, אַז דער אָנזאָג פֿון מלך און זײַן באַפֿעל איז באַקאַנט געװאָרן, און אַז פֿיל מײדלעך זײַנען אײַנגעזאַמלט געװאָרן אין דער הױפּטשטאָט שושַן, אונטער דער האַנט פֿון הֵגַין, אַזױ איז אױך אֶסתֵּר צוגענומען געװאָרן אין הױז פֿון מלך, אונטער דער האַנט פֿון הֵגַין דעם היטער פֿון די פֿרױען. 9 און די מײדל איז װױלגעפֿעלן אין זײַנע אױגן, און זי האָט נוֹשׂא חן געװען פֿאַר אים, און ער האָט געאײַלט מיט אירע זאַלבונגען און אירע גאָבן, און די זיבן מײדלעך װאָס דאַרפֿן איר געגעבן װערן פֿון מלכס הױז; און ער האָט זי מיט אירע מײדלעך אױסגעצײכנט צום גוטן אין הױז פֿון די פֿרױען.

10 אֶסתֵּר האָט נישט אױסגעזאָגט איר פֿאָלק און איר אָפּשטאַם, װאָרעם אַזױ האָט איר מָרדכַי באַפֿױלן, אַז זי זאָל נישט אױסזאָגן. 11 און טאָג פֿאַר טאָג איז מָרדכַי אַרומגעגאַנגען פֿאַר דעם הױף פֿון דעם הױז פֿון די פֿרױען געװאָר צו װערן װאָס אֶסתֵּר מאַכט, און װאָס מיט איר געשעט.

12 און אַז עס האָט דערגרײכט די רײ פֿון מײדל נאָך מײדל, צו קומען צום מלך אַחַשוֵרוֹש, נאָך דעם װי זי האָט געהאַט צװעלף חדשים, לױט דעם אײַנפֿיר פֿאַר די פֿרױען – װאָרעם אַזױ האָבן געמוזט דערפֿילט װערן די טעג פֿון זײערע זאַלבונגען: זעקס חדשים מיט אײל פֿון מירע, און זעקס חדשים מיט בשׂמים און מיט זאַלבן פֿון פֿרױען – 13 און אַז די מײדל איז דענצמאָל געגאַנגען צום מלך, פֿלעגט אַלץ װאָס זי פֿלעגט פֿאַרלאַנגען איר געגעבן װערן, מיטצוגײן מיט איר פֿון דעם הױז פֿון פֿרױען אין הױז פֿון מלך. 14 אין אָװנט איז זי געגאַנגען, און אין דער פֿרי האָט זי זיך אומגעקערט אין צװײטן הױז פֿון די פֿרױען, אונטער דער האַנט פֿון שַעַשגז דעם מלכס קאַמערדינער, דעם היטער פֿון די קעפּסװײַבער. זי פֿלעגט מער נישט קומען צום מלך, סײַדן דער מלך האָט זי באַגערט, און זי איז גערופֿן געװאָרן מיטן נאָמען.

15 און אַז עס האָט דערגרײכט די רײ פֿון אֶסתֵּר דער טאָכטער פֿון אַבֿיהַיִל, מָרדכַיס פֿעטער, װאָס ער האָט גענומען צו זיך פֿאַר אַ טאָכטער, צו קומען צום מלך, האָט זי נישט פֿאַרלאַנגט קײן זאַך, אַחוץ װאָס הֵגַי דעם מלכס קאַמערדינער, דער היטער פֿון די פֿרױען, פֿלעגט זאָגן. און אֶסתֵּר האָט נוֹשׂא חן געװען אין די אױגן פֿון אַלע װאָס האָבן זי געזען.

16 און אֶסתֵּר איז גענומען געװאָרן צום מלך אַחַשוֵרוֹש אין זײַן קיניגלעכן הױז, אין צענטן חודש, דאָס איז דער חודש טֵבֵת, אין זיבעטן יאָר פֿון זײַן מלוכה. 17 און דער מלך האָט ליב געקריגן אֶסתֵּרן מער פֿון אַלע װײַבער, און זי האָט געקריגן בײַ אים חן און לײַטזעליקײט מער פֿון אַלע יונגפֿרױען, און ער האָט אָנגעטאָן אַ מַלכות-קרױן אױף איר קאָפּ, און האָט זי געמאַכט פֿאַר אַ מלכּה אַנשטאָט וַשתּין. 18 און דער מלך האָט געמאַכט אַ גרױסן מאָלצײַט פֿאַר אַלע זײַנע האַרן און זײַנע קנעכט, אַ מאָלצײַט פֿון אֶסתֵּרס װעגן. און ער האָט געמאַכט די מדינות אַ הנָחה, און געגעבן מתָּנות מיט אַ קיניגלעכער האַנט.

19 און אַז יונגפֿרױען זײַנען אַ צװײט מאָל אײַנגעזאַמלט געװאָרן, און מָרדכַי איז געזעסן אין טױער פֿון מלך – 20 אֶסתֵּר האָט נאָך נישט געהאַט אױסגעזאָגט איר אָפּשטאַם און איר פֿאָלק, אַזױ װי מָרדכַי האָט איר באַפֿױלן; װאָרעם אֶסתֵּר האָט געטאָן װאָס מָרדכַי האָט איר אָנגעזאָגט, אַזױ װי בעת זי איז געװען אין דערציונג בײַ אים – 21 אין יענע טעג, װען מָרדכַי איז געזעסן אין טױער פֿון מלך, האָט געצערנט בגתָן און תֶּרֶש, צװײ קאַמערדינער פֿון מלך, פֿון די שװעלהיטער, און זײ האָבן געװאָלט אױסשטרעקן אַ האַנט אױפֿן מלך אַחַשוֵרוֹש. 22 איז די זאַך דערװוּסט געװאָרן צו מָרדכַין, און ער האָט דערצײלט אֶסתֵּר המלכּהן, און אֶסתֵּר האָט געזאָגט דעם מלך אין נאָמען פֿון מָרדכַין. 23 און די זאַך איז נאָכגעזוכט געװאָרן, און איז אױסגעפֿונען געװאָרן, און זײ זײַנען בײדע אױפֿגעהאַנגען געװאָרן אױף אַ בױם; און עס איז פֿאַרשריבן געװאָרן אין בוך פֿון די צײַטגעשעענישן פֿאַר דעם מלך.

Veja também

Publicidade
Ester
Ver todos os capítulos de Ester
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-18_14-04-22-