1 און דָוִד איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן, און איז אַנטרונען געװאָרן צו דער הײל פֿון עַדולָם. האָבן דערהערט זײַנע ברידער און דאָס גאַנצע הױז פֿון זײַן פֿאָטער, און זײ האָבן אַראָפּגענידערט אַהין צו אים.
2 און עס האָבן זיך אױפֿגעקליבן צו אים װוּ נאָר אַ מענטש אַ געדריקטער, און װוּ נאָר אַ מענטש װאָס האָט אַ בַעַל-חובֿ, און װוּ נאָר אַ מענטש מיט אַ ביטער געמיט; און ער איז געװאָרן פֿאַר אַ הױפּטמאַן איבער זײ. און עס זײַנען געװען מיט אים אַרום פֿיר הונדערט מאַן.
3 און דָוִד איז אַװעקגעגאַנגען פֿון דאָרטן קײן מִצפֵּה-מואָבֿ, און ער האָט געזאָגט צום מלך פֿון מוֹאָבֿ: זאָל, איך בעט דיך, אַרױסקומען מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער צו זײַן בײַ אײַך ביז װאַנען איך װעל װיסן װאָס אלֹקים װעט טאָן מיט מיר.
4 און ער האָט זײ געבראַכט צו פֿירן פֿאַר דעם מלך פֿון מוֹאָבֿ, און זײ זײַנען געזעסן בײַ אים אַלע טעג װאָס דָוִד איז געװען אין דער באַרגפֿעסטונג.
5 און גָד דער נבֿיא האָט געזאָגט צו דָוִדן: זאָלסט נישט זיצן אין דער באַרגפֿעסטונג; קום, און זאָלסט גײן אין לאַנד יהוּדה. איז דָוִד געגאַנגען און ער איז געקומען אין װאַלד חֶרֶת.
6 האָט געהערט שָאול, אַז דָוִד און די מענטשן װאָס מיט אים זײַנען אױסגעפֿונען געװאָרן; און שָאול איז געזעסן אין גִבֿעָה, אונטער דעם טאַמאַריסקנבױם אין רָמָה, מיט זײַן שפּיז אין זײַן האַנט; און אַלע זײַנע קנעכט זײַנען געשטאַנען לעבן אים. 7 האָט שָאול געזאָגט צו זײַנע קנעכט װאָס זײַנען געשטאַנען אַרום אים: הערט אַקאָרשט, איר בנימינער, װעט דען דער זון פֿון יִשַין אײַך אַלעמען געבן פֿעלדער און װײַנגערטנער, װעט ער אײַך אַלעמען מאַכן פֿאַר הױפּטלײַט פֿון טױזנט, און הױפּטלײַט פֿון הונדערט, 8 װאָס איר האָט אַלע געמאַכט אַ בונט אױף מיר, און קײנער אַנטפּלעקט נישט מײַן אױער, װען מײַן זון שליסט אַ ברית מיט דעם זון פֿון יִשַין, און קײנער נישט פֿון אײַך קימערט זיך אום מיר און אַנטפּלעקט מײַן אױער, אַז מײַן זון האָט אָנגעשטעלט מײַן קנעכט אױף מיר פֿאַר אַ לױערער, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג? 9 האָט זיך אָפּגערופֿן דוֹאֵג דער אַדוֹמי, װאָס איז געשטאַנען מיט די קנעכט פֿון שָאולן, און ער האָט געזאָגט: איך האָב געזען דעם זון פֿון יִשַין קומען קײן נוֹבֿ צו אַחימֶלֶך דעם זון פֿון אַחיטובֿן.
10 און ער האָט געפֿרעגט פֿאַר אים בײַ ה׳; אױך צערונג האָט ער אים געגעבן, און די שװערד פֿון גָליַת דעם פּלִשתּי האָט ער אים געגעבן.
11 האָט דער מלך געשיקט רופֿן אַחימֶלֶך דעם זון פֿון אַחיטובֿ דעם כּהן, און דאָס גאַנצע הױז פֿון זײַן פֿאָטער, די כּהנים װאָס אין נוֹבֿ; און זײ זײַנען אַלע געקומען צום מלך. 12 האָט שָאול געזאָגט: הער אַקאָרשט, דו זון פֿון אַחיטובֿן. האָט ער געזאָגט: דאָ בין איך, מײַן האַר. 13 האָט שָאול צו אים געזאָגט: פֿאַר װאָס האָט איר געמאַכט אַ בונט אױף מיר, דו און דער זון פֿון יִשַין, װען דו האָסט אים געבראַכט ברױט און אַ שװערד, און געפֿרעגט פֿאַר אים בײַ אלֹקים, כּדי ער זאָל אױפֿשטײן קעגן מיר פֿאַר אַ לױערער, אַזױ װי הײַנטיקן טאָג? 14 האָט אַחימֶלֶך געענטפֿערט דעם מלך, און האָט געזאָגט: און װער צװישן אַלע דײַנע קנעכט איז אַזױ באַגלױבט װי דָוִד, װאָס איז דעם מלכס אײדעם, און דער האַר איבער דײַן לײַבװאַך, און אָנגעזען אין דײַן הױז? 15 האָב איך דען הײַנט אָנגעהױבן פֿרעגן פֿאַר אים בײַ אלֹקים? באַהיט זאָל איך זײַן! זאָל דער מלך נישט אַרױפֿלײגן אַ חשד אױף זײַן קנעכט, אױף דעם גאַנצן הױז פֿון מײַן פֿאָטער, װאָרעם דײַן קנעכט האָט פֿון דעם אַלעם נישט געװוּסט קײן זאַך, קלײן אָדער גרױס. 16 האָט דער מלך געזאָגט: שטאַרבן מוזטו שטאַרבן, אַחימֶלֶך, דו און דאָס גאַנצע הױז פֿון דײַן פֿאָטער.
17 און דער מלך האָט געזאָגט צו די לױפֿערס װאָס זײַנען געשטאַנען לעבן אים: דרײט אײַך אום, און טײט די כּהנים פֿון ה׳, װײַל אױך זײער האַנט איז געװען מיט דָוִדן, און װײַל זײ האָבן געװוּסט אַז ער אַנטלױפֿט, און האָבן נישט אַנטפּלעקט מײַן אױער. אָבער די קנעכט פֿון מלך האָבן נישט געװאָלט אױסשטרעקן זײער האַנט אָנצופֿאַלן אױף די כּהנים פֿון ה׳. 18 האָט דער מלך געזאָגט צו דוֹאֵגן: דרײַ זיך דו אום, און פֿאַל-צו אױף די כּהנים. האָט דוֹאֵג דער אַדוֹמי זיך אומגעדרײט, און ער איז אָנגעפֿאַלן אױף די כּהנים, און האָט געטײט אין יענעם טאָג פֿינף און אַכציק מאַן װאָס האָבן געטראָגן אַ לײנענעם אֵפֿוֹד.
19 און נוֹבֿ די שטאָט פֿון די כּהנים האָט ער געשלאָגן מיטן שאַרף פֿון שװערד, פֿון אַ מאַן און ביז אַ פֿרױ, פֿון אַ קינד און ביז אַ זױגעדיקן, און אַן אָקס און אַן אײזל און אַ שעפּס, מיטן שאַרף פֿון שװערד.
20 און אײן זון פֿון אַחימֶלֶך דעם זון פֿון אַחיטובֿן, װאָס זײַן נאָמען איז געװען אֶבֿיָתָר, איז אַנטרונען געװאָרן, און איז אַנטלאָפֿן נאָך דָוִדן. 21 און אֶבֿיָתָר האָט דערצײלט דָוִדן, אַז שָאול האָט געהרגעט די כּהנים פֿון ה׳. 22 האָט דָוִד געזאָגט צו אֶבֿיָתָרן: איך האָב געװוּסט אין יענעם טאָג, אױב דוֹאֵג דער אַדוֹמי איז דאָרטן, אַז דערצײלן װעט ער דערצײלן שָאולן. איך בין געװען די סיבה אין דעם טױט פֿון אַלע נפֿשות פֿון דײַן פֿאָטערס הױז. 23 זיץ בײַ מיר, זאָלסט נישט מורא האָבן; װאָרעם נאָר דער װאָס װעט זוכן מײַן לעבן װעט זוכן דײַן לעבן; װײַל אָפּגעהיט װעסטו זײַן בײַ מיר.