1 און דאָס װאָרט פֿון שמוּאֵלן איז אַרױס צו גאַנץ יִשׂרָאֵל. און יִשׂרָאֵל איז אַרױסגעגאַנגען אױף מלחמה אַקעגן די פּלִשתּים, און זײ האָבן געלאַגערט בײַ אֶבֿן-עֶזֶר, און די פּלִשתּים האָבן געלאַגערט אין אַפֿק. 2 און די פּלִשתּים האָבן זיך אַרױסגעשטעלט אַקעגן יִשׂרָאֵל, און די מלחמה האָט זיך פֿאַרשפּרײט, און יִשׂרָאֵל איז געשלאָגן געװאָרן פֿאַר די פּלִשתּים; און זײ האָבן געטײט אין דער שלאַכט אױפֿן פֿעלד אַרום פֿיר טױזנט מאַן. 3 און אַז דאָס פֿאָלק איז צוריקגעקומען אין לאַגער, האָבן די עלטסטע פֿון יִשׂרָאֵל געזאָגט: פֿאַר װאָס האָט אונדז הײַנט ה׳ געשלאָגן פֿאַר די פּלִשתּים? לאָמיר אַריבערנעמען צו אונדז פֿון שילוֹ דעם אָרון פֿון ג-טס ברית, כּדי ער זאָל קומען צװישן אונדז, און אונדז העלפֿן פֿון דער האַנט פֿון אונדזערע פֿײַנט.
4 האָט דאָס פֿאָלק געשיקט קײן שילוֹ, און זײ האָבן אַריבערגעטראָגן פֿון דאָרטן דעם אָרון פֿון דעם ברית פֿון ה׳ צבָֿאוֹת װאָס זיצט איבער די כּרובֿים; און דאָרטן זײַנען געװען עליס צװײ זין בײַ דעם אָרון פֿון ג-טס ברית, חפֿני און פּינְחס. 5 און עס איז געװען, װי דער אָרון פֿון ה׳ס ברית איז אָנגעקומען אין לאַגער, אַזױ האָבן גאַנץ יִשׂרָאֵל געשאַלט אַ גרױסע שאַלונג, אַז די ערד איז פֿאַרהילכט געװאָרן. 6 און די פּלִשתּים האָבן געהערט דעם קֹול פֿון דער שאַלונג, און זײ האָבן געזאָגט: װאָס איז דער קֹול פֿון דער דאָזיקער גרױסער שאַלונג אין לאַגער פֿון די עִבֿרים? און זײ זײַנען געװאָר געװאָרן אַז דער אָרון פֿון ה׳ איז אָנגעקומען אין לאַגער. 7 און די פּלִשתּים האָבן מורא געקראָגן, װאָרעם זײ האָבן געזאָגט: אלֹקים איז געקומען אין לאַגער. און זײ האָבן געזאָגט: װײ אונדז! װאָרעם אַזױ-װאָס איז נישט געשען נעכטן-אײערנעכטן. 8 װײ אונדז! װער װעט אונדז מציל זײַן פֿון דער האַנט פֿון די דאָזיקע מאַכטיקע ג‑טער? דאָס זײַנען דאָך די ג‑טער װאָס האָבן געשלאָגן די מִצרַיִם מיט אַלערלײ שלעק אין מדבר. 9 שטאַרקט אײַך, און זײַט מענער, איר פּלִשתּים, כּדי איר זאָלט נישט דינען די עִבֿרים, אַזױ װי זײ האָבן אײַך געדינט; דערום זײַט מענער, און איר זאָלט מלחמה האַלטן.
10 און די פּלִשתּים האָבן מלחמה געהאַלטן, און יִשׂרָאֵל איז געשלאָגן געװאָרן, און זײ זײַנען אַנטלאָפֿן איטלעכער צו זײַנע געצעלטן. און עס איז געװען זײער אַ גרױסער שלאַק, און עס זײַנען געפֿאַלן פֿון יִשׂרָאֵל דרײַסיק טױזנט פֿוסגײער. 11 און דער אָרון פֿון אלֹקים איז צוגענומען געװאָרן, און עליס צװײ זין זײַנען געטײט געװאָרן, חפֿני און פּינְחס.
12 און אַ מאַן פֿון בנימין איז אַנטלאָפֿן פֿון שלאַכטפֿעלד, און ער איז אָנגעקומען קײן שילוֹ אין דעם אײגענעם טאָג, מיט זײַנע קלײדער צעריסן, און ערד אױף זײַן קאָפּ. 13 און װי ער איז געקומען, ערשט עלי זיצט אױף אַ שטול בײַם װעג, אױסקוקנדיק; װאָרעם זײַן האַרץ האָט געציטערט װעגן דעם אָרון פֿון האלֹקים. און דער מאַן איז געקומען אָנזאָגן אין שטאָט, און די גאַנצע שטאָט האָט אױפֿגעשריִען. 14 און עלי האָט געהערט דעם קֹול פֿון דעם געשרײ, און האָט געזאָגט: װאָס איז דער קֹול פֿון דעם דאָזיקן ליאַרעם? האָט דער מאַן געאײַלט און איז צוגעקומען, און האָט עלין דערצײלט. 15 און עלי איז געװען אַכט און נײַנציק יאָר אַלט, און זײַנע אױגן זײַנען געװען שטאַר, און ער האָט נישט געקענט זען. 16 האָט דער מאַן געזאָגט צו עלין: איך בין דער װאָס איז געקומען פֿון שלאַכטפֿעלד, און בין הײַנט אַנטלאָפֿן פֿון שלאַכטפֿעלד. האָט ער געזאָגט: װי איז די זאַך געװען, מײַן זון? 17 האָט דער מבֿשׂר געענטפֿערט און האָט געזאָגט: יִשׂרָאֵל איז אַנטלאָפֿן פֿאַר די פּלִשתּים, און עס איז אױך געװען אַ גרױסער שלאַק צװישן פֿאָלק, און אױך דײַנע בײדע זין זײַנען געטײט געװאָרן, חפֿני און פּינְחס, און דער אָרון פֿון האלֹקים איז אַװעקגענומען געװאָרן.
18 און עס איז געװען, װי ער האָט דערמאָנט דעם אָרון פֿון האלֹקים, אַזױ איז ער אַראָפּגעפֿאַלן פֿון שטול הינטערװײלעך בײַם זײַט פֿון טױער, און זײַן געניק האָט זיך צעבראָכן, און ער איז געשטאָרבן; װאָרעם דער מאַן איז געװען אַלט און שװערלײַביק. און ער האָט געמשפּט יִשׂרָאֵל פֿערציק יאָר.
19 און זײַן שנור, פּינְחסעס װײַב, איז געװען טראָגעדיק צום געװינען, און װי זי האָט געהערט די הערונג, אַז דער אָרון פֿון האלֹקים איז אַװעקגענומען געװאָרן, און איר שװער און איר מאַן זײַנען טױט, אַזױ האָט זי זיך אַראָפּגעלאָזט און האָט געבאָרן, װאָרעם אירע װײען זײַנען געקומען אױף איר. 20 און בעת איר שטאַרבן, האָבן די װײַבער װאָס זײַנען געשטאַנען לעבן איר, צו איר געזאָגט: זאָלסט נישט מורא האָבן, װאָרעם אַ זון האָסטו געבאָרן. אָבער זי האָט נישט געענטפֿערט, און נישט צוגעטאָן איר האַרץ. 21 און זי האָט גערופֿן דעם ייִנגל אי-כּבֿוד, אַזױ צו זאָגן: אָפּגעטאָן האָט זיך דער כּבֿוד פֿון יִשׂרָאֵל; װעגן דער אַװעקנעמונג פֿון דעם אָרון פֿון האלֹקים, און װעגן איר שװער און איר מאַן. 22 און זי האָט געזאָגט: אָפּגעטאָן האָט זיך דער כּבֿוד פֿון יִשׂרָאֵל, װאָרעם דער אָרון פֿון האלֹקים איז אַװעקגענומען געװאָרן.