Publicidade

1 Samuel 12

1 און שמוּאֵל האָט געזאָגט צו גאַנץ יִשׂרָאֵל: זעט, איך האָב צוגעהערט צו אײַער קֹול אין אַלץ װאָס איר האָט צו מיר געזאָגט, און איך האָב געמאַכט איבער אײַך אַ מלך. 2 און אַצונד, אָט גײט דער מלך פֿאַר אײַך; איך אָבער בין אַלט און גראָ, און אָט זײַנען מײַנע זין מיט אײַך; און איך בין געגאַנגען פֿאַר אײַך פֿון מײַן יוגנט אָן ביז הײַנטיקן טאָג. 3 דאָ בין איך, זאָגט עדות אַקעגן מיר פֿאַר ה׳ און פֿאַר זײַן געזאַלבטן: װעמעס אָקס האָב איך צוגענומען? און װעמעס אײזל האָב איך צוגענומען? און װעמען האָב איך באַרױבט? װעמען האָב איך געדריקט? אָדער פֿון װעמענס האַנט האָב איך גענומען אױסלײז, אַז איך זאָל פֿאַרהױלן מײַנע אױגן פֿון אים? און איך װעל עס אײַך אומקערן.

4 האָבן זײ געזאָגט: האָסט אונדז נישט באַרױבט און האָסט אונדז נישט געדריקט, און האָסט פֿון קײנעמס האַנט גאָרנישט גענומען. 5 האָט ער צו זײ געזאָגט: עדות איז ה׳ קעגן אײַך, און עדות איז זײַן געזאַלבטער הײַנטיקן טאָג, אַז איר האָט אין מײַן האַנט גאָרנישט געפֿונען. האָבן זײ געזאָגט: עדות!

6 האָט שמוּאֵל געזאָגט צום פֿאָלק: ה׳ איז דער װאָס האָט באַשאַפֿן משהן און אַהרֹנען, און װאָס האָט אױפֿגעבראַכט אײַערע עלטערן פֿון לאַנד מִצרַיִם. 7 און אַצונד, שטעלט אײַך, און איך װעל זיך דורכטענהן מיט אײַך פֿאַר ה׳ װעגן אַלע גערעכטיקײטן פֿון ה׳ װאָס ער האָט געטאָן מיט אײַך און מיט אײַערע עלטערן. 8 אַז יעקבֿ איז געקומען קײן מִצרַיִם, האָבן אײַערע עלטערן געשריִען צו ה׳, און ה׳ האָט געשיקט משהן און אַהרֹנען, און זײ האָבן אַרױסגעצױגן אײַערע עלטערן פֿון מִצרַיִם, און זײ באַזעצט אין דעם דאָזיקן אָרט. 9 אָבער זײ האָבן פֿאַרגעסן אָן ה׳ זײער ג-ט, און ער האָט זײ איבערגעענטפֿערט אין דער האַנט פֿון סיסרא דעם חיל-לידער פֿון חָצוֹר, און אין דער האַנט פֿון די פּלִשתּים, און אין דער האַנט פֿון דעם מלך פֿון מוֹאָבֿ, און זײ האָבן מלחמה געהאַלטן אױף זײ. 10 און זײ האָבן געשריִען צו ה׳ און האָבן געזאָגט: מיר האָבן געזינדיקט װאָס מיר האָבן פֿאַרלאָזן ה׳, און געדינט די בַעַל-געטער און די עַשְׁתֹּרות, און אַצונד, זײַ אונדז מציל פֿון דער האַנט פֿון אונדזערע פֿײַנט, און מיר װעלן דיר דינען. 11 האָט ה׳ געשיקט ירובעלן, און בדָנען, און יפֿתּחן, און שמוּאֵלן, און ער האָט אײַך מציל געװען פֿון אײַערע פֿײַנט פֿון רונד אַרום, און איר זײַט געזעסן אין זיכערקײט. 12 און װי איר האָט געזען אַז נָחש דער מלך פֿון די קינדער פֿון עַמוֹן איז געקומען אױף אײַך, אַזױ האָט איר צו מיר געזאָגט: נײן, נײַערט אַ מלך מוז קיניגן איבער אונדז; בעת ה׳ אלוקיכם איז אײַער מלך. 13 און אַצונד, אָט איז דער מלך װאָס איר האָט אױסדערװײלט, װאָס איר האָט פֿאַרלאַנגט, און אָט האָט ה׳ געגעבן איבער אײַך אַ מלך. 14 אױב איר װעט מורא האָבן פֿאַר ה׳, און איר װעט אים דינען, און װעט צוהערן צו זײַן קֹול, און װעט נישט װידערשפּעניקן דעם מױל פֿון ה׳, און אי איר, אי דער מלך װאָס קיניגט איבער אײַך, װעט גײן נאָך ה׳ אלוקיכם – 15 אױב אָבער איר װעט נישט צוהערן צו דעם קֹול פֿון ה׳, און איר װעט װידערשפּעניקן דעם מױל פֿון ה׳, װעט די האַנט פֿון ה׳ זײַן אַקעגן אײַך אַזױ װי אַקעגן אײַערע עלטערן. 16 און אַצונד שטײט און זעט די דאָזיקע גרױסע זאַך װאָס ה׳ טוט פֿאַר אײַערע אױגן. 17 הײַנט איז דאָך װײצשניט, װעל איך רופֿן צו ה׳, און ער װעט געבן דונערן און רעגן, און װײסט און זעט אַז גרױס איז אײַער בײז װאָס איר האָט געטאָן אין די אױגן פֿון ה׳, אײַך צו פֿאַרלאַנגען אַ מלך.

18 און שמוּאֵל האָט גערופֿן צו ה׳, און ה׳ האָט געגעבן דונערן און רעגן אין יענעם טאָג, און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט זײער מורא געהאַט פֿאַר ה׳ און פֿאַר שמוּאֵלן. 19 און דאָס גאַנצע פֿאָלק האָט געזאָגט צו שמוּאֵלן: זײַ מתפּלל פֿאַר דײַנע קנעכט צו ה׳ דײַן ג-ט אַז מיר זאָלן נישט שטאַרבן, װײַל מיר האָבן צו אַלע אונדזערע זינד נאָך צוגעלײגט דאָס בײז, אונדז צו פֿאַרלאַנגען אַ מלך. 20 האָט שמוּאֵל געזאָגט צום פֿאָלק: איר זאָלט נישט מורא האָבן; איר האָט געטאָן אַל דאָס דאָזיקע בײז, אָבער איר זאָלט אײַך נישט אָפּקערן פֿון הינטער ה׳, און איר זאָלט דינען ה׳ מיט אײַער גאַנצן האַרצן. 21 יאָ, איר זאָלט אײַך נישט אָפּקערן, װאָרעם נאָך נישטיקײטן װאָס נוצן נישט און זײַנען נישט מציל, װײַל נישטיקײט זײַנען זײ. 22 װאָרעם ה׳ װעט נישט פֿאַרלאָזן זײַן פֿאָלק, פֿון זײַן גרױסן נאָמען װעגן, װײַל ה׳ האָט באַװיליקט אײַך צו מאַכן פֿאַר זײַן פֿאָלק. 23 אױך איך, חלילה מיר צו זינדיקן צו ה׳, אױפֿצוהערן מתפּלל זײַן פֿאַר אײַך! נײַערט איך װעל אײַך לערנען דעם גוטן און גלײַכן װעג. 24 האָט אָבער מורא פֿאַר ה׳, און איר זאָלט אים דינען מיט אמת, מיט אײַער גאַנצן האַרצן, װאָרעם זעט װי ער האָט גרױס געטאָן מיט אײַך. 25 אױב אָבער שלעכטס טאָן װעט איר שלעכטס טאָן, װעט אי איר, אי אײַער מלך אומגעבראַכט װערן.

Veja também

Publicidade
Bíblia Online Bíblia Online

Bíblia Online • Versão: 2026-06-19_11-20-24-